אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באריס זשאנסאן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון 107.242.117.43 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
אין תקציר עריכה
שורה 43: שורה 43:


=== 2019 אלגעמיינע וואלן ===
=== 2019 אלגעמיינע וואלן ===
אום 29סטן אקטאבער 2019, האט זשאנסאן געמאלדן אז די קומענדיקע [[2019 פאראייניגטע קעניגרייך אלגעמיינע וואלן|אלגעמיינע וואלן]] וועלן פארקומען דעם 12טן דעצעמבער 2019.<ref name="nextelection">{{cite web|url=https://www.politico.eu/article/why-uk-election-outcome-is-impossible-to-predict-boris-johnson-brexit-labour-conservative-party/|title=Why UK election outcome is impossible to predict|website=[[Politico Europe]]|accessdate=29סטן אקטאבער 2019|date={{ר}}29סטן אקטאבער 2019|author=Chris Hanretty}}</ref> די צוועק פון די וואלן איז צו ענדיגן דעם מצב פון א געהאנגענעם פארלאמענט וואס קען נישט אויספירן זיין פראגראם און בפרט כדי די [[קאנסערוואטיוו פארטיי (פאראייניגטע קעניגרייך)|קאנסערוואטיוון]] זאלן געווינען א מערהייט אין פארלאמענט אדורכצופירן א [[ברעקסיט]] געזעץ.<ref name="nextelection" />{{סעריע
ביי די [[2019 פאראייניגטע קעניגרייך אלגעמיינע וואלן|אלגעמיינע וואלן]] וועלכע זענען פארגעקומען דעם 12טן דעצעמבער 2019 זענען די [[קאנסערוואטיוו פארטיי (פאראייניגטע קעניגרייך)|קאנסערוואטיוון]] אונטער די אנפירערשאפט פון באריס זשאנסאן אריינגעקומען מיט א מאסיוון זיג וואס זיי האבן נישט געהאט זייט 1989, געוואונענדיג א איבערוויגנדיגע מערהייט אינעם פארלאמענט מיט דריי הונדערט פינף זעכציג זיצן. דאס האט געגעבן פאר באריס דעם ענדגילטיגן מאנדאט אדורכצופירן [[ברעקסיט]] אום יאנואר דעם 31'סטן אויף זיינע טערמינען.<ref name="nextelection">{{cite web|url=https://www.politico.eu/article/why-uk-election-outcome-is-impossible-to-predict-boris-johnson-brexit-labour-conservative-party/|title=Why UK election outcome is impossible to predict|website=[[Politico Europe]]|accessdate=29סטן אקטאבער 2019|date={{ר}}29סטן אקטאבער 2019|author=Chris Hanretty}}</ref>{{סעריע
| פֿריערער = [[טערעזא מיי]]
| פֿריערער = [[טערעזא מיי]]
| ליסטע = [[פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך]]
| ליסטע = [[פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך]]

רעוויזיע ביי 18:33, 16 פֿעברואַר 2020

באריס זשאנסאן
Boris Johnson
געבורט 19 יוני 1964 (אלט 59)
ניו יארק, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג זשורנאליסט, פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי קאנסערוואטיוו
ווייב מארינא ווילער
האתר הרשמי
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
24 יולי 2019 – אמטירט
(4 יאָרן און 35 וואָכן‎)
מאנארך עליזאבעט די צווייטע
אויסערן מיניסטער
13 יולי 20169 יולי 2018[1]
(2 יאָרן)
מאנארך עליזאבעט די צווייטע
אונטער פרעמיער מיניסטער טערעזא מיי
2טער בירגערמייסטער פון לאנדאן
4 מאי 20089 מאי 2016
(8 יאָרן)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אלעקסאנדער באריס דע פעפל זשאנסאן (באוואוסט אלס באריס זשאנסאן, געבוירן דעם 19טן יוני 1964, ניו יארק סיטי)[2] איז א בריטישער קאנסערוואטיוו פארטיי פאליטיקער און דער פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך זינט יולי דעם 24'סטן 2019. ער איז א שטארקע ברעקסיט שטיצער און איז געלאפן אויף א פלאטפארמע זיך אפצוטיילן פונעם אייראפעאישן פאראיין פאר יעדן פרייז. פריער איז ער געווען דער שטאַטס-סעקרעטאר פאר אויסערן און קאמאנוועלט באציאונגען (אויסערן מיניסטער) זינט 2016, און אויך קאמאנס דעפוטאט פאר אקסברידזש און דרום רייזסליפ זייט 2015. ער איז געווען בירגערמייסטער פון לאנדאן פון 2008 ביז 2016.

ער איז אויך א זשורנאליסט און געוועזענער רעדאקטאר פון דער ספעקטאטאר.

ער איז פריער געווען קאמאנס דעפוטאט פאר הענלי פון 2002-2008, און איז געווען אמאל אן אפיציעלער פארשפרעכער אלס שאטן מיניסטער פאר העכערער בילדונג, ביז ער האט זיך געמאלדן צו קאנדידירן פאר בירגערמייסטער פון לאנדאן. זשאנסאן איז געווארן דער קאנסערוואטיוו פארטיי קאנדידאט דעם 27סטן סעפטעמבער 2007.

בירגערמייסטער פון לאנדאן

אום 1טן מיי 2008 איז ער געוויילט געווארן אלס בירגעמייסטער פון לאנדאן אויף א קאדענץ פון 4 יאר. ער האט געווינען די וואלן נאכן ציילן די צווייטע פרעפערענץ שטימען, מיט 1,168,738 קעגן די 1,028,966 שטימען פון זיין קעגנער, דער פריערדיגער בירגערמייסטער קען ליווינגסטאן.[3] באריס האט געמאלדן אז צוליב זיין זיג וועט ער רעזיגנירן אלס מיטגליד פון פארלאמענט.[4] אין 2015 האט מען אים געוויילט א קאמאנס דעפוטאט און ער האט געמאלדן אז ביי די נעקסטע וואלן אין 2016 וועט ער זיך נישט קאנדידירן ווי בירגערמייסטער פון לאנדאן.

פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

באריס זשאנסאן איז ערוועלט געווארן אלס דער פירער פונעם קאנסערוואטיוון פארטיי נאך דעם וואס טערעזא מיי האט זיך אפגעזאגט פון אמט צוליב איר דורכפאל מיטן נישט קענען אויספירן דעם ברעקסיט. אלס הויפט פונעם פארטיי האט ער אויטאמאטיש אויך איבער גענומען איר פאזיציע אלס פרעמיער מיניסטער.

2019 אלגעמיינע וואלן

ביי די אלגעמיינע וואלן וועלכע זענען פארגעקומען דעם 12טן דעצעמבער 2019 זענען די קאנסערוואטיוון אונטער די אנפירערשאפט פון באריס זשאנסאן אריינגעקומען מיט א מאסיוון זיג וואס זיי האבן נישט געהאט זייט 1989, געוואונענדיג א איבערוויגנדיגע מערהייט אינעם פארלאמענט מיט דריי הונדערט פינף זעכציג זיצן. דאס האט געגעבן פאר באריס דעם ענדגילטיגן מאנדאט אדורכצופירן ברעקסיט אום יאנואר דעם 31'סטן אויף זיינע טערמינען.[5]

פֿריערדיגער:
טערעזא מיי
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
2019 -
נאָכפֿאלגער:
היינטיגער


רעפערענצן