אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:נאמען פון ארטיקל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
לויט העברעאיש וויקי
מאין תקציר עריכה
שורה 20: שורה 20:


== נעמען פון מענטשן ==
== נעמען פון מענטשן ==
עס איז וויכטיק, נישט צו טוישן דעם אריגינעלן נאמען פון דער זאך (אדער דעם מענטש) וויאזוי מען רופט זי. ווי למשל, אפילו אין יידיש זאגט מען אריעל שאראן, איז ווען מען שרייבט האלט מען זיך צו דעם ארגינעלן נאמען [[אריאל שרון]]. (דאס גייט אן בעיקר ביי נעמען אין מאדערן העברעאיש און לשון קודש.) א ווארט וואס קיינער נוצט דאס נישט אין אידיש וועלן מיר נישט דאס שרייבן אויף א נייעם אויסגעארבייטן ווארט פאר דער אידיש שפראך.
עס איז וויכטיק, נישט צו טוישן דעם אריגינעלן נאמען פון דעם מענטש (אדער דער זאך) וויאזוי מען רופט זי. ווי למשל, אפילו אין יידיש זאגט מען אריעל שאראן, איז ווען מען שרייבט האלט מען זיך צו דעם ארגינעלן נאמען [[אריאל שרון]]. (דאס גייט אן בעיקר ביי נעמען אין מאדערן העברעאיש און לשון קודש.) א ווארט וואס קיינער נוצט דאס נישט אין אידיש וועלן מיר נישט דאס שרייבן אויף א נייעם אויסגעארבייטן ווארט פאר דער אידיש שפראך.


=== רבנישע נעמען ===
=== רבנישע נעמען ===

רעוויזיע ביי 18:59, 26 סעפּטעמבער 2019

דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


ווען איר באשאפט אן ארטיקל, קלויבט אייך קודם אויס א פאסיגן נאמען.

פונקט ווי דער תוכן, מוז דער נאמען אויך זיין צוגעפאסט צום ליינערס באקוועמליכקייטן, ד.ה. ביטע געבן א נאמען וואס רוב אידישע רעדער באניצן זיך. וואס אין אייערע אויגן קען זיין עפעס ריכטיג מיינט נישט אז די קהילה האלט ווי אייך.

פארשטייט זיך אז ווערטער וואס ווערן סיי ווי נישט גענוצט אין טעגליכן באנוץ פון שפראך קען מען יא געבן א נאמען וואס איז פרעמד אבער דאס מערסטע אויסגעהאלטן.

כללו של דבר דארף מען נוצן בלויז דעם סארט נאמען וואס טוט אפטייטשן די מערסטע דעם תוכן פון די טעמע. ד.ה. א ווארט וואס דער זוכער וועט אריינקלאפן אינעם זוכקעסטל אויפצוזוכן די דאזיגע טעמע.

אַלגעמיין

  1. א קעפל קומט אן נקודות. ווייל רוב אידיש רעדער וואס וועלן דאס זוכן האבן נישט קיין קלאוויאטורס מיט נקודות. נאר די נקודות קענט איר מאכן אינעם תוכן און די נקודות קעפל זאל זיין א ווייטערפירונג צום הויפט ארטיקל.
  2. דער ארטיקל זאל האבן א שם דבר קעפל ווי איידער א שם פועל אדער סיי וואסערע אנדערע צו-גאב טערמינען ווי שייכות אדער מין.
  3. אויך זאל דאס בעסער זיין לשון הווה ווי איידער די לשון עבר אדער עתיד.
  4. נישט האלבעטע ווערטער אדער ראשי תיבות נאר אנרופן די זאך ביי איר פולן נאמען. אויך נישט שרייבן נאר בלויז איין נאמען נאר די גאנצער נאמען. אחוץ ביי די סדר איז אזוי ווי סי.ען.ען. א.א.וו.
  5. ארטיקל נעמען קומען אין איינצאל און נישט אין מערצאל, אחוץ אויב אזוי רופט מען עס ווי למשל ברילן נישט בריל.
  6. קאטעגאריע נעמען זענען נארמאל אויף מערצאל.
  7. אויב מען שרייבט אן ארטיקל איבער א טעמע וואס האט קעגנאיבערע טעמעס, ווי צ.ב.ש. אז מען וויל שרייבן אן ארטיקל איבער "מסכת פיאה" זאל מען רופן דאס קעפל "מסכת פיאה" און נישט בלויז "פיאה", וויבאלד אויך די אנדערע מסכתות (צוליב וואס) האט באקומען א פארנאמען פון "מסכת", אזוי וועלן אלע קעפלאך פון דער זעלבער טעמע זיין אייניק. און פארשטייט זיך אז מען קען מאכן פאר דעם קעפל "פיאה" א ווייטערפירונג צו "מסכת פיאה".
  8. פארלענגערן פון א נאמען: אויב איז דא אן ארטיקל וואס האט צוויי מיינונגען, ווי למשל א באגריף נאך א מענטש. זאל מען מאכן אזוי סאטמארער רבי (אלבאם), און אויף דעם נאמען וואס רוב מענשטן רופן דעם ארטיקל זאל מען לאזן אן די צוגאב אויפקלערונג. אויב צוויי מינע באגריפן נוצט מען אייניג און דאס זעלבע ביידע נעמען זאל מען מאכן א באדייטן הויפט ארטיקל און פון דארטן פירן צו ביידע ארטיקלען מיט צוגאב נעמען וואס קלערן אויף וואס דאס איז.
  9. נישט צו שרייבן לאטיינישע אותיות אין קעפל ווען ס'איז מעגלעך צו שרייבן אויף א"ב.

נעמען פון מענטשן

עס איז וויכטיק, נישט צו טוישן דעם אריגינעלן נאמען פון דעם מענטש (אדער דער זאך) וויאזוי מען רופט זי. ווי למשל, אפילו אין יידיש זאגט מען אריעל שאראן, איז ווען מען שרייבט האלט מען זיך צו דעם ארגינעלן נאמען אריאל שרון. (דאס גייט אן בעיקר ביי נעמען אין מאדערן העברעאיש און לשון קודש.) א ווארט וואס קיינער נוצט דאס נישט אין אידיש וועלן מיר נישט דאס שרייבן אויף א נייעם אויסגעארבייטן ווארט פאר דער אידיש שפראך.

רבנישע נעמען

רבנישע נעמען שאַפֿן אַ קאָמפּליקאַציע: אַ סך פֿון זיי זײַנען באַקאַנט מיט אַ צונעמעניש, ווי "דער חפץ חיים" אדער "דער חזון איש", און זייער אָפֿיציעלער נאָמען איז כּמעט אומבאַקאַנט. פונדעסטוועגן, דער ארטיקל וועט זיין גערופֿן דער אפיציעלער נאָמען פונעם רב, און אַ ווייטערפירונג וועט אויך לאָזן דערגרייכן דורך זיין ניקקנאַמע.

טוישן אן אנדערן'ס קעפל

עס איז דא א געצייג וואס הייסט באוועגן. איז בעסער אז מען זאל זיך נישט באנוצען דערמיט פארן זיך דורכרעדן אינעם רעדן בלאט פארוואס מען וויל דאס באוועגן, ווייל כדי צו קענען דאס באוועגן דארף דא קודם זיך פארמירן א געהעריגע קאנסענסוס אז אנדערע זענען אויך מסכים, כדי נישט צו קומען צו איבעריגע מחלוקת.

ווי אלע מיינונגס פארשידנהייטן אינעם וויקי פראיעקט - אויב קען מען נישט קומען צו קיין קאנסענסוס מאכט מען וואלן.

זעט אויך