אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סטאמבול"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 57: שורה 57:


== טראנספארט ==
== טראנספארט ==
סטאמבול׳ס הויפט אויטאסטראדן זענען O-3, O-2, O-1 און O-4. דער O-1 איז דער אינערן רינג-שאסיי און גייט איבער דער (ערשטער) באספארוס בריק. דער O-2 איז דער שטאט׳ס דרויסנדיגן רינג-שאסיי און גייט אריבער דער סולטאן מעהמעט (צווייטער באספארוס) בריק, דערנאך ציט ער זיך מערב קיין [[עדירנע]]. דער O-4 ציט זיך ווייטער מזרח קיין [[אנקארא]]. אין 2011, האבן די ערשטע און צווייטע בריקן אויף דעם באספארוס געטראגן עטלעכע {{nowrap|400,000 פֿארמיטלען}} יעדן טאג.<ref>{{harvnb|Efe|Cürebal|2011|p=720}}</ref> אחוץ די בריקן איבערן באספארוס איז אויך פאראן דער 14.6 ק״מ לאנג אייראזיע טונעל (געענפט דעם 20סטן דעצעמבער 2016) אונטערן באספארוס צו פארן צווישן די אזיע און אייראפע זייטן פון טערקיי.<ref>{{cite web|url=http://aa.com.tr/en/economy/istanbuls-13bn-eurasia-tunnel-prepares-to-open/709440|title=Istanbul's $1.3BN Eurasia Tunnel prepares to open|publisher=[[Anadolu Agency]]|date={{ר}}19טן דעצעמבער 2016}}</ref>
סטאמבול׳ס הויפט אויטאסטראדן זענען O-3, O-2, O-1 און O-4. דער O-1 איז דער אינערן רינג-שאסיי און גייט איבער דער באספארוס בריק.


== קולטור ==
== קולטור ==

רעוויזיע ביי 15:27, 1 סעפּטעמבער 2019

סטאַמבול
İstanbul
טעקע:Istanbul Montage 2016.png, ISS043-E-159631 - View of Earth.jpgסטאמבול פון דער לופט
מדינה / טעריטאָריע טערקיי
קאָאָרדינאַטן 41°00′49″N 28°57′18″E / 41.01361°N 28.95500°E / 41.01361; 28.95500קאארדינאטן: 41°00′49″N 28°57′18″E / 41.01361°N 28.95500°E / 41.01361; 28.95500
פראווינץ סטאמבול
ראַיאָן מארמארא
בירגערמייסטער עקרעם אימאמאגלו
אָפיציעלע שפּראַך טערקיש
שטח 1,539 קוואדראט ק"מ
הייך 39 מעטער

 ‑ אין שטאָט

15,067,724‏  (שטייענדיג 2018)
צײַט זאָנע UTC+ 3

סטאַמבול (טערקיש: İstanbul; פֿריער ביזאנץ און דערנאך קושטא אדער קאנסטאנטינאפאל) איז די גרעסטע שטאט אין טערקיי און די דריטע גרעסטע אין דער וועלט. די שטאט נעמט איין 27 דיסטריקטן פונעם סטאמבול פראווינץ.[1] זי איז געבויט אויף זיבן בערג און געפֿינט זיך אויפן באספארוס דורכגאס און רינגלט ארום דעם נאטירלעכן האוון וואס איז באקאנט אלס דער גאלדענער הארן, אין צפון-מערב פון לאנד. די שטאט ציט זיך סיי אויף דער אייראפעישער זייט (טראקיע) און סיי אויף דער אזיאטישער זייט (אנאטאליע) פונעם באספארוס, און איז די אייציגע מעטראפאליע אין דער וועלט וואס ליגט אין צוויי קאנטינענטן. סטאמבול איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער רוימישער אימפעריע (330–395), פון דער ביזאנטישער אימפעריע (395–1204 און 1261–1453), פון דער לאטיינישער אימפעריע (1204–1261), און פון דער אטאמאנישער אימפעריע (1453–1922).

סטאמבול איז די קולטור און פינאנץ צענטער פֿון טערקיי. די שטאט איז אויסגעקליבן ווי די בשותפותדיקע אייראפעישער הויפטשטאט פון קולטור פאר 2010.

סטאמבול האט א סך־הכול באפעלקערונג פון עטלעכע 15 מיליאן באוואוינער,[2] און איז איינע פון דער וועלט׳ס מערסט באפעלקערטע שטעט און איז די גרעסטע שטאט אין אייראפע.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן בערך אין יאר 660 פאר דער ציווילער רעכענונג מיטן נאמען ביזאנץ (Βυζάντιον בוזאנטיאן),[3] און איז געוואקסן אין גרייס און השפעה, ביז זי איז געווארן איינע פון די חשובסטע שטעט אין דער גאנצער היסטאריע.[4]

אומגעפער 12.56 מיליאן אויסלענדישע באזוכער זענען אנגעקומען אין סטאמבול אין 2015, פינף יאר נאך ווען ער איז געווארן אנגערופן אן אייראפעאישע הויפטשטאט פון קולטור, איז דערפאר די שטאט דער וועלט׳ס פינפט־פאפולערסטער טוריסטן־ציל.[5] די גרעסטע אטראקציע אין דער שטאט איז איר היסטארישער צענטער, טיילווייז גערעכענט א וועלט ירושה ארט פון אונעסקא, און איר קולטור־ און פארוויילונג־קנופ איבער דער שטאט׳ס נאטירלעכן האוון, דער גאלדענער הארן, אין דעם בעיאגלו דיסטריקט. סטאמבול ווערט גערעכנט א וועלטשאט וואס האט איינע פון דער וועלט׳ס גיכסט־וואקסנדע מעטראפאליטאנישע עקאנאמיעס,[6] אין דער וועלט.[7] זי גאסטירט די הויפטקווארטירן פון פיל טערקישע פירמעס און מעדיע אויסגאנגען און רעכנט מער ווי א פערטל פון טערקיי׳ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט.[8] סטאמבול האט אין די לעצטע צוואנציג יאר אנגעבאט פינף מאל פאר דער זומער אלימפיאדע.[9]

היסטאריע

געאגראפיע

דער באספֿארוס בריק פֿארבינדט אייראפע מיט אזיע

סטאמבול ליגט אויף די ברעגן פון דע באספארוס דורכגאס, א פאס פון וואסער וואס צעטיילט אייראפע און אזיע, וואס איז לאנג עטעלכע 30 קילאמעטער. די שטאט איז געבויט פון ביידע זייטן פונעם דורכגאס און צעשפרייט זיך לענגאויס דעם ים פון מארמארא. דריי בריקן פארבונדן דעם אזיאטישן טייל פון דער שטאט מיט דעם אייראפעאישן טייל אריבער דעם באספארוס. די ערשטע ווערט גערופן די " באספארוס בריק " אדער די "ערשטע באספארוס בריק"; די צווייטע בריק, אויך גערופן "פאטי סולטאן מעהמעט בריק" אדער די "צווייטע באספארוס בריק", ליגט פינף ק"מ צפון פון דער ערשטער. די דריטע און די נייסטע בריק איז געווידמעט געווארן אין דעם היינטיקן יארצענדלינג 10 ק״מ צפון פון דער צווייטער בריק.

די מערבדיקע, אייראפעאישע, זייט פון דער שטאט איז געבויט פון די צוויי זייטן פון דעם גאלדענעם הארן, א ים־האלדז וואס דרינגט אריין פונעם באספארוס טיף אין דעם אייראפעאישן שטח. דריי בריקן גייען אריבער דעם גאלדענעם הארן: דער גאלאטא בריק (Galata Köprüsü) נאנט צום ארט ווי ער טרעפט דעם באספארוס, אטאטורק בריק (Atatürk Köprüsü) אומגעפער 750 מעטער ווייטער און האליטש (Haliç Köprüsü) וואס טרעגט דעם אינעוועניגסטן גיך־שאסיי פון דער שטאט (Çevre yolu - D100/O-1). פון דרום גרענעצט די שטאט דעם ים פון מארמארא, און פון צפון דערגרייכן די פארשטעט ביז צום שווארצן ים.

די שטאט געפינט זיך אין אן ערדציטערניש זאנע; און יעדע עטלעכע יאר פאסירט אין דער שטאט אן ערדציטערניש. סטאמבול איז נאנט צום צפון-אנאטאליע שפאלט (KAFK, Kuzey Anadolu Fay Hattı) - א טעטיגער שפאלט וואס איז פאראנטווארטלעך פאר א סך ערדציטערנישן אין די לעצטיקע יארן. די נאנטקיים פון דער שטאט צום ים פון מארמארא פארגרעסערט די געפאר צו דער שטאט, ווייל מיט אן ערדציטערניש קען קומען צונאמי כוואליעס.

טראנספארט

סטאמבול׳ס הויפט אויטאסטראדן זענען O-3, O-2, O-1 און O-4. דער O-1 איז דער אינערן רינג-שאסיי און גייט איבער דער (ערשטער) באספארוס בריק. דער O-2 איז דער שטאט׳ס דרויסנדיגן רינג-שאסיי און גייט אריבער דער סולטאן מעהמעט (צווייטער באספארוס) בריק, דערנאך ציט ער זיך מערב קיין עדירנע. דער O-4 ציט זיך ווייטער מזרח קיין אנקארא. אין 2011, האבן די ערשטע און צווייטע בריקן אויף דעם באספארוס געטראגן עטלעכע 400,000 פֿארמיטלען יעדן טאג.[10] אחוץ די בריקן איבערן באספארוס איז אויך פאראן דער 14.6 ק״מ לאנג אייראזיע טונעל (געענפט דעם 20סטן דעצעמבער 2016) אונטערן באספארוס צו פארן צווישן די אזיע און אייראפע זייטן פון טערקיי.[11]

קולטור

סטאמבול האט עטלעכע גרויסע געביידעס, איינע פון זיי די האגיא סאפיא, געבויט פאר א קלויסטער אבער היינט א מוזיי.

רעפערענצן

  1. Istanbul Metropolitan Municipality: Districts of Istanbul
  2. The Results of Address Based Population Registration System, 2018. Turkish Statistical Institute (‏‏1טן פעברואר 2019). דערגרייכט דעם ‏1טן פעברואר 2019.
  3. Isaac 1986, p. 218
  4. מוסטער:ODB
  5. MasterCard Global Destination Cities Index.
  6. The World According to GaWC 2010. Globalization and World Cities (GaWC) Study Group and Network. Loughborough University. דערגרייכט דעם 8טן מיי 2012.
  7. Global Growth on the Orient Express. Brookings Institution blog "The Avenue" (‏‏1טן דעצעמבער 2010). דערגרייכט דעם 14טן אפריל 2013.
  8. (מערץ 2008) OECD Territorial Reviews: Istanbul, Turkey. The Organisation for Economic Co-operation and Development. ISBN 978-92-64-04383-1. 
  9. IOC selects three cities as Candidates for the 2020 Olympic Games. The International Olympic Committee (‏‏24סטן מיי 2012). דערגרייכט דעם 18טן יוני 2012.
  10. Efe & Cürebal 2011, p. 720
  11. Istanbul's $1.3BN Eurasia Tunnel prepares to open. Anadolu Agency (‏‏19טן דעצעמבער 2016).