אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויליאמסבורג, ברוקלין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 14: שורה 14:


== וויליאמסבורג אין נומערן ==
== וויליאמסבורג אין נומערן ==
* אין וויליאמסבורג וואוינען אין 2018 צוטאגס ארום 18,000 משפחות.
* אין וויליאמסבורג וואוינען אין 2018 ארום 18,000 משפחות.
* די צענזוס פון יאר 2010 האט געפונען ארום 80,000 נפשות אין וויליאמסבורג.
* די צענזוס פון יאר 2010 האט געפונען ארום 80,000 נפשות אין וויליאמסבורג.
* קרוב צו 36,000 קינדער לערנען אין די חדרים, ישיבות און מיידל שולעס אין שטאט.
* קרוב צו 36,000 קינדער לערנען אין די חדרים, ישיבות און מיידל שולעס אין שטאט.

רעוויזיע ביי 13:18, 15 אויגוסט 2019

דער וויליאמסבורג בריק
אידן שפאצירן אויפ'ן בריק
די דושינסקי הייזער
א טיפישע ניי-וויליאמסבורגער געביידע
דער וויליאמסבורגער אומגעגנט פון דער הייעך

וויליאַמסבורג (ענגליש: Williamsburg) איז אַ געגנט אין צפון ברוקלין, ניו-יאָרק, צופיסנס פונעם וויליאמסבורג בריק וואס פירט קיין מאנהעטן. ער האט א גרויסע געמיינדע פון חרדי'שע יידן.

באפעלקערונג

די מערהייט איינוואוינער היינט צו טאג זענען חסידישע אידן מערסטנס אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן זיך אהערגעצויגען אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. אויך וואוינען דארטן א באדייטנדע צאל אפשטאמיגע פון פארטא ריקא, שווארצע און ארטיסטן.

די אידישע באפעלקערונג אין וויליאמסבורג זענען צוטיילט צו א באדייטענדע צאל געמיינדעס. די גרעסטע געמיינדע איז סאטמאר, וואס איז היינט צוטאגס צוטיילט צווישן די צוויי גרויסע פראקציעס, די זאליס און די אהרונים. ווי אויך זענען דא דארטן די גרעסערע קהילות ווי פאפא, וויזשניץ, קראלי, ספינקא, קלויזענבורג, וויען, נייטרא, קראסנא, צעהלים, שאפראן, דינוב, סקווירא, בעלז , בעלז-מאכניווקע און נאך. טייל פון די האבן אייגענע שולן, תלמוד תורה'ס פאר יונגלעך, בתי חינוך פאר מיידלעך און קעמפס אין די קעטסקילס פארן זומער. א טייל האבן אויך אייגענע מקוה'ס, זאלן, מצה בעקערייען, און פארשידענע ערליי אינסטיטוציעס וואס פעלט זיך אויס צום אידישן לעבן.

עס איז פארהאן א באקאנטער ניגון פון ר' יום טוב עהרליך אויף זיין יידיש נחת קאסעטע, ווי ער באזינגט די אידישע שטאט וויליאמסבורג אין זיינע צייטן, און לייגט עס אראפ מיט הערליכע פארבען, ווי עס ווירבלט אידישקייט אין אלע ווינקלען, תלמודי תורות און ישיבות, אפילו דאקטוירם לויערס אלעס איז עהרליך און פרום, די פרויען צניעות'דיג, פארציילט פון אלע אידישע קהילות וואס עס עקזיסטירן דארט, יעדער לויט זיין מנהג און שורש, און פארגעסט נישט צו פארציילן פון זיין סטאלינער ביהמ"ד "און די סטאלינער חסידים שרייען".

וויליאמסבורג אין נומערן

  • אין וויליאמסבורג וואוינען אין 2018 ארום 18,000 משפחות.
  • די צענזוס פון יאר 2010 האט געפונען ארום 80,000 נפשות אין וויליאמסבורג.
  • קרוב צו 36,000 קינדער לערנען אין די חדרים, ישיבות און מיידל שולעס אין שטאט.

פאליטיק און קאנטראווערסיעס

ארטיסטן

אין משך פון די לעצטע יארן האבן זיך אריינגעצויגן אין די געגנט פון צפון וויליאמסבורג פילע "היפסטערס" און "ארטיסטן", אינגערע לייט פונעם מיטל-העכערן סאציא-עקאנאמישן קלאס. דאס געגנט איז צוליב זיי אדורך א פראצעס פון גענטריפיקאציע, און דאס האט ארויף געברענגט ריעל עסטעיט פרייזן אין דעם גאנצן געגנד.

כאטש פילע פון די בנינים אין די היינט טייערע געגנט געהערן צו חסידים פון וויליאמסבורג, און דער איבערטויש פון דעם געגנט איז געווען פאר זיי לטובה, זענען אבער וויליאמסבורגער איינוואוינער אומצופרידן אויף די אנטוויקלונגען. טייל רופן דאס אן א "מכה" און האלטן אז זיי שאפן א ריזיגן מאראלישע סכנה פאר די חסיד'ישע איינוואוינער.

עירוב

אין תש"ס יארן איז געווען א שערורי' אין וויליאמסבורג מיט אן עירוב וואס איז געשאפן געווארן קעגן די דעת פון רוב רבנים און איינוואוינער פון וויליאמסבורג וואס האלטן אז דאס איז קעגן די הלכה, און אזוי אויך טענה'ן די סאטמאר'ע אידן אז דאס איז געווען קעגן דעם סאטמארער רבי'ס מיינונג צוליב וואס וויבאלד עס איז נישטא קיין איין רב וואס האט א כוח אויף דער שטאט אלס שטאטס רב, קען מען נישט אויפפאסן אויף דעם עירוב געהעריג, און ווי דער סאטמארער רב האט זיך אפאר מאל אויסגעדריקט פאר זיינע נאנטע אז אין מאנהעטען ווי דער רב הכולל האט געמאכט אן עירוב האבן זיך אידן נאך סומך געווען דערויף אסאך יארן נאכדעם וואס ער האט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאנג נישט געווען כשר, ווידער איז דא וואס טענה'ן און ברענגען באווייזן אז די מעשה מיט מאנהעטן איז ארויסגעזויגן פון די פינגער פאר פאליטישע חשבונות

אנדערע פארציילן גאר אז ער זאל זיך האבן אפאר מאל אויסגעדריקט אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא, ע"כ קען מען נישט מאכן א עירוב אין וויליאמסבורג. א זאך וואס איז נישט פארשריבן, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען א עירוב איבער בעדפארד עוו. ווייל דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז עס איז א רשות הרבים דאורייתא. אבער דער אודווארי רב ז"ל שרייבט אין זיין תשובה אז דער סאטמארער רב האט יא געשטיצט צו מאכן אן עירוב אין וויליאַמסבורג. דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געבויט געווארן דורך ר' אשר גאלדהירש, א באיאנער חסיד.

למעשה האלטן זיך רובא דרובא פונעם וויליאמסבורגער עולם צוריק פון טראגן מיט'ן עירוב, און בלויז די באיאן'ער און די צאנז-קלויזענבורג'ער און סקווירא חסידים באניצן זיך דערמיט.

נאך פארשידענע מערכות

ווי אויך איז פארגעקומען במשך די יארן פילצאליגע מערכות איבער געשעפטן און ארגעניזאציעס מיט'ן ציל אנצוהאלטן די אפגעזונדערטע סטאנדארטן פון די אידישע וויליאמסבורג, אנגעהויבן יארן צוריק ביי גרינ'ס פיצא שאפ וואס איז געווען די ערשטע פיצא געשעפט אין וויליאמסבורג, און דערנאך ביים געוועזענעם גל-פז, ווי אויך ביי א מעיק-אפ געשעפט אויף 111 ליע עוו. ווי עס זענען פארגעקומען טעגליכע פראטעסטן במשך בין הזמנים ביז זיי זענען געצווינגען געווארן צו שפארן. ווי אויך ביי די מערכה קעגן אינטערנעט און סמארטפאון'ס איז געווארן אפגעהאלטן א פראטעסט אקעגן סאנרייס פאטא-געשעפט פאר'ן אנגעבליך פארקויפן סמארטפאון'ס פאר בחורים.

גרענעצן פון דער אידישער געגנט

פון מערב זייט לויפט קענט עוועניו, פון מזרח און צפון לויפט שיף די בראדוועי גאס. און פון דרום ווערט היינט צוטאגס פארעכענט לאפאיעט עוועניו די גרעניץ.

דער נעיווי יארד אינדוסטריעלער געגנט וואס גרעניצט זיך מיט וויליאמסבורג

די פארשידענע געגנטער פון וויליאמסבורג

גרויס-וויליאמסבורג איז איינגעטיילט אין פארשידענע קווארטאלן, אנגעהויבן ביי די סאוט-סייד געגנט וואס באשטייט בעיקר פון די סאוט 8 און סאוט 9 גאסן באוואוינט בעיקר דורך מיטל-יעריגע אידן, דערנאך די געגנט פון קליימער סט. -וואס רעכנט אריין פילע שטאטישע פראדזשעקטס- ביז די הייוועי, דערנאך אריבער די הייוועי -ווי עס געפונט זיך די גרעסטע טייל פון וויליאמסבורג- וואס איז אויסגעבויעט מיט אנגעפולטע גאסן פון בראונ-סטאון הייזער, דערנאך קומט די נייע געגנט וואס האט ערשט אנגעהויבן באוואוינט ווערן בערך תש"ס נאך וואס די קאמערציאלע פאבריקן האבן זיך אוועקגעצויגן פון דארט און אויף זייער ארט איז אויפגעקומען פילע גרויסע וואוינונג געביידעס (א גרויס טייל דערפון געבויט דורך דער ראבסקי גרופע), דער דאזיגער געגנט הייבט זיך אן בערך פון וואלאבאוט סט. וואו עס געפונען זיך גאר אסאך געשעפטן, און ציעט זיך פאר פילע לאנגע גאסן אראפ ביז לאפאיעט עוו. וואס דאס ווערט גערופן "ניי וויליאמסבורג". דערנאך איז דא א נייע געגנט וואס האט לעצטנס אנגעהויבן ווערן מער באוואוינט, די טרופ געגנט, וואס ציעט זיך היינט-צוטאגס אראפ מארסי עוו. און טאמפקינס ביז פולאסקי סט. נעב'ן דעם האום דיפאו געשעפט.

צייטונגען און אויסגאבעס וואס זענען פארשפרייט אין וויליאמסבורג

א טאוועל אין גאס וואס רופט צו צניעותדי'גע קליידונג

די קנאישע קרייזן ווילן אז מזאל נישט פארקויפן די המודיע צייטונג אין וויליאמסבורג, אזוי אויך די משפחה און עמי מאגאזינען. א ספעציעל אגרעסיווע קאמפיין איז פארגעקומען אנטקעגן די עמי מאגאזין אין ווינטער פון תשע"ב.

באוואוסטע רבנישע פערזענליכקייטן פון וויליאמסבורג

געוועזענע

היינטיקע

ר' זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר ביי א באגלייטן אויף די וויליאמסבורגער גאסן

באוואוסטע פערזענליכקייטן פון וויליאמסבורג

געוועזענע

היינטיגע

באוואוסטע כאראקטערן פון וויליאמסבורג

דער באקאנטער וויליאמסבורגער געשעפטסמאן זעלדא פארטראכטערהייט

אידישע ארגאניזאציעס פון וויליאמסבורג

ביים פארברענען דעם ציוניסטישן פאן אום פורים נאכמיטאג ביי ליע עוו. קאר. היוז סט.

בילדער פון וויליאמסבורג

פילמען און ביכער וועגן וויליאמסבורג

היסטאָריע פון די נאמען

אין יאַר תקנ"ב האָט ריטשאַרד מ. װאוּדהאל אָפּגעקױפט דרײצן אקער אריבער די איסט ריווער טייך און עס אַ נאָמען געגעבן נאָך יונתן װיליִאַמס.

וועבלינקען

  • וומס"ב ארד WBURG
  • וומס"ב פארשידענארטיגס Billburg
  • וומס"ב מאגאזין Free Willamsburg
  • וומס"ב היסטאריע אין בילדער

wbg-history

wbg-history

Our Brooklyn-Williamsburg


געגנטן פון ברוקלין                  

בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך...