אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער רעדן:עולםגולם"

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 60: שורה 60:
== ביטע ממשיך זיין שרייבן דא ==
== ביטע ממשיך זיין שרייבן דא ==
איך וועל אייך פראבירן העלפן, ייש"כ [[באַניצער:גלייכער|גלייכער]] ([[באַניצער רעדן:גלייכער|רעדן]]) 22:05, 6 אויגוסט 2018 (UTC)
איך וועל אייך פראבירן העלפן, ייש"כ [[באַניצער:גלייכער|גלייכער]] ([[באַניצער רעדן:גלייכער|רעדן]]) 22:05, 6 אויגוסט 2018 (UTC)
:שלום עליכם [[באַניצער:גלייכער|גלייכער]]! איך האב ערשט יעצט געזען דיין בקשה, און ווי עס שיינט זענט איר אליין שוין אויך נישט דא פאר א שטיק צייט.
:אלענפאלס, ווי שטארק איך וואלט געוואלט ביישטייערן דא, לייד איך אבער פון א מאנגל און צייט און טעכנישע באגרעניצונגען. חזון למועד אי"ה. ([[באַניצער:עולםגולם|עולםגולם]] ([[באַניצער רעדן:עולםגולם|רעדן]]) 14:33, 24 יולי 2019 (UTC))

רעוויזיע ביי 14:34, 24 יולי 2019

If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: װיקיפּעדיע:וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער

אנערקענונג

א שיינעם דאנק פארן קאמפלימענט. און נאך מער דארף מען דאנקען אייך פאר אייערע גאר שיינע ביישטייערונגען וואס פארבעסערן די יידיש־וויקיפעדיע סיי אין כמות סיי אין איכות.

ייש״כ! --פוילישער 15:35, 18 נאוועמבער 2015 (UTC)

מסירת נפש

אויף לשון קודש דארף זיין טאקע מסירות נפש. אבער אויף יידיש שרייבט מען מסירת נפש אן א מלאפום. א דאנק.--פוילישער 17:47, 18 יאַנואַר 2016 (UTC)[ענטפֿער]

דאס איז ארגינעל א לשון קודש ווארט דערפאר האב איך געקלערט אז עס איז ריכטיג ווי מען שרייבט עס אין לשון קודש, אבער אויב זאגט איר אז אויף יידיש שרייבט מען עס אנדערש דאן בין איך נישט דערקעגן עס צוריקדרייען. (עולםגולם (רעדן) 20:28, 18 יאַנואַר 2016 (UTC))[ענטפֿער]
יעצט זע איך אז אין לשון קודש שרייבט מען אויך פיל מאל אן א וא"ו, דער וא"ו איז לכאורה א חולם און קען ווערן צוגעלייגט ביי א לשון רבים. (קען זיין אז לויט דעם פארדרייטן העברעאישן דקדוק איז עס יא א מלאפום, סייווי נישט נוגע אהער).(עולםגולם (רעדן) 14:32, 19 יאַנואַר 2016 (UTC))[ענטפֿער]

שטאַט־סעקרעטאר

איך פארשטיי נישט. אויף אלע שפראכן זעצט מען איבער Secretary of State. נאר אויף יידיש נישט? --פוילישער 17:12, 18 פעברואר 2016 (UTC)

אלע שפראכן? זעט אויף דייטש[1], דעניש[2], און שוועדיש[3]
דער סעקרעטערי אוו סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן איז אן אדמיניסטראטיווע אמט אין די רעגירונג אדמיניסטראציע, נישט דער באדייט פון א סעקרעטאר אין יידיש. איי פארוואס איז עס אין ענגליש יא SECRETARY? א גוטע קשיא, איך קען נישט די היסטאריע דערפון וויאזוי דאס האט זיך אנטוויקלט צו דעם נאמען. אויב וויל מען דווקא א ווארט אין יידיש דערפאר, מיין איך אז עס איז מער פאסיג אויסערן מיניסטער אדער הויפט שטאַטס מיניסטער.
נאך א פראבלעם מיט שטאַט-סעקרעטאר: "Secretary of "STATE מיינט מען נישט די מדינה - שטאַט, נאר די State Department, אזויווי די Treasury Department און די Homeland Security Department און דאס גלייכן. סעקרעטערי אוו סטעיט איז דער וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם סטעיט דעפארטמענט, סעקרעטערי אוו טרעזשורי איז דער וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם טרעזשורי דעפארטמענט, און אזוי ווייטער. דער סטעיט דעפארטמענט איז געשטעלט אויף אלע אויסערן אנגעלעגנהייטן. (עולםגולם (רעדן) 19:32, 18 פעברואר 2016 (UTC))
גאנץ גוט. צי זאל מען שרייבן ״אויסערן מיניסטער״? --פוילישער 20:00, 18 פעברואר 2016 (UTC)
מסכים. אויב מען וויל דאס באטיטלען דוקא מיט יידישע ווערטער מיין איך אז דאס איז דער בעסטער אויסוואל. אדער אפשר גאר אויסערן שטאב-הויפט (עולםגולם (רעדן) 20:31, 18 פעברואר 2016 (UTC))

לאחר העיון מיין איך אז אויסערן סעקרעטאר איז דער בעסטער אויסוואל. אלענפאלס, נישט צופיל נוגע.. (עולםגולם (רעדן) 14:13, 22 מערץ 2016 (UTC))[ענטפֿער]

מוסטער פאר ש״ס בבלי

זע {{בבלי}} --פוילישער 14:19, 21 יוני 2016 (UTC)[ענטפֿער]

געוואלדיג! (עולםגולם (רעדן) 17:29, 21 יוני 2016 (UTC))[ענטפֿער]

קאטעגאריעס

דער שטייגער איז אז א קאטעגאריע נאמען וואס שליסט איין דוגמאות גייט אויף מערצאל ווי למשל קאטעגאריע:רבנים, קאטעגאריע:ראשי ישיבות, קאטעגאריע:לענדער, קאטעגאריע:פלאנעטן. איך האב געשאפן א קאטעגאריע פאר די ספרים פון נביאים. --פוילישער 18:22, 15 אויגוסט 2016 (UTC)[ענטפֿער]

זייער גוט און זייער גלייך, א דאנק. (עולםגולם (רעדן) 19:00, 15 אויגוסט 2016 (UTC))[ענטפֿער]

ביטע ממשיך זיין שרייבן דא

איך וועל אייך פראבירן העלפן, ייש"כ גלייכער (רעדן) 22:05, 6 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

שלום עליכם גלייכער! איך האב ערשט יעצט געזען דיין בקשה, און ווי עס שיינט זענט איר אליין שוין אויך נישט דא פאר א שטיק צייט.
אלענפאלס, ווי שטארק איך וואלט געוואלט ביישטייערן דא, לייד איך אבער פון א מאנגל און צייט און טעכנישע באגרעניצונגען. חזון למועד אי"ה. (עולםגולם (רעדן) 14:33, 24 יולי 2019 (UTC))[ענטפֿער]