אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סטאמבול"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2: שורה 2:
|נאמען= סטאַמבול
|נאמען= סטאַמבול
|סארט יישוב=שטאָט
|סארט יישוב=שטאָט
|אמטשפראך נאמען=Ankara
|אמטשפראך נאמען= ''İstanbul''
|הערב= {{וויקידאטן|הערב בילד}}
|הערב= {{וויקידאטן|הערב בילד}}
|פאן= {{וויקידאטן|פאן בילד}}
|פאן= {{וויקידאטן|פאן בילד}}
|בילד= {{וויקידאטן|בילד}}
|בילד= {{וויקידאטן|בילד}}
|באשרייבונג=
|באשרייבונג= סטאמבול פון דער לופט
|מדינה={{פאן טערקיי}}
|מדינה={{פאן טערקיי}}
|אפטייל טיפ= פראווינץ
|אפטייל טיפ= פראווינץ

רעוויזיע ביי 16:06, 24 יוני 2019

סטאַמבול
İstanbul
טעקע:Istanbul Montage 2016.png, ISS043-E-159631 - View of Earth.jpgסטאמבול פון דער לופט
מדינה / טעריטאָריע טערקיי
קאָאָרדינאַטן 41°00′49″N 28°57′18″E / 41.01361°N 28.95500°E / 41.01361; 28.95500קאארדינאטן: 41°00′49″N 28°57′18″E / 41.01361°N 28.95500°E / 41.01361; 28.95500
פראווינץ סטאמבול
ראַיאָן מארמארא
בירגערמייסטער עקרעם אימאמאגלו
אָפיציעלע שפּראַך טערקיש
שטח 1,539 קוואדראט ק"מ
הייך 39 מעטער

 ‑ אין שטאָט

15,067,724‏  (שטייענדיג 2018)
צײַט זאָנע UTC+ 3

סטאַמבול (טערקיש: İstanbul; פֿריער ביזאנץ און דערנאך קושטא אדער קאנסטאנטינאפאל) איז די גרעסטע שטאט אין טערקיי און די דריטע גרעסטע אין דער וועלט. די שטאט נעמט איין 27 דיסטריקטן פונעם סטאמבול פראווינץ.[1] זי איז געבויט אויף זיבן בערג און געפֿינט זיך אויפן באספארוס דורכגאס און רינגלט ארום דעם נאטירלעכן האוון וואס איז באקאנט אלס דער גאלדענער הארן, אין צפון-מערב פון לאנד. די שטאט ציט זיך סיי אויף דער אייראפעישער זייט (טראקיע) און סיי אויף דער אזיאטישער זייט (אנאטאליע) פונעם באספארוס, און איז די אייציגע מעטראפאליע אין דער וועלט וואס ליגט אין צוויי קאנטינענטן. סטאמבול איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער רוימישער אימפעריע (330–395), פון דער ביזאנטישער אימפעריע (395–1204 און 1261–1453), פון דער לאטיינישער אימפעריע (1204–1261), און פון דער אטאמאנישער אימפעריע (1453–1922).

סטאמבול איז די קולטור און פינאנץ צענטער פֿון טערקיי. די שטאט איז אויסגעקליבן ווי די בשותפותדיקע אייראפעישער הויפטשטאט פון קולטור פאר 2010.

סטאמבול האט א סך־הכול באפעלקערונג פון עטלעכע 15 מיליאן באוואוינער,[2] און איז איינע פון דער וועלט׳ס מערסט באפעלקערטע שטעט און איז די גרעסטע שטאט אין אייראפע.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן בערך אין יאר 660 פאר דער ציווילער רעכענונג מיטן נאמען ביזאנץ (Βυζάντιον בוזאנטיאן),[3] און איז געוואקסן אין גרייס און השפעה, ביז זי איז געווארן איינע פון די חשובסטע שטעט אין דער גאנצער היסטאריע.[4]

אומגעפער 12.56 מיליאן אויסלענדישע באזוכער זענען אנגעקומען אין סטאמבול אין 2015, פינף יאר נאך ווען ער איז געווארן אנגערופן אן אייראפעאישע הויפטשטאט פון קולטור, איז דערפאר די שטאט דער וועלט׳ס פינפט־פאפולערסטער טוריסטן־ציל.[5] די גרעסטע אטראקציע אין דער שטאט איז איר היסטארישער צענטער, טיילווייז גערעכענט א וועלט ירושה ארט פון אונעסקא, און איר קולטור־ און פארוויילונג־קנופ איבער דער שטאט׳ס נאטירלעכן האוון, דער גאלדענער הארן, אין דעם בעיאגלו דיסטריקט. סטאמבול ווערט גערעכנט א וועלטשאט וואס האט איינע פון דער וועלט׳ס גיכסט־וואקסנדע מעטראפאליטאנישע עקאנאמיעס,[6] אין דער וועלט.[7] זי גאסטירט די הויפטקווארטירן פון פיל טערקישע פירמעס און מעדיע אויסגאנגען און רעכנט מער ווי א פערטל פון טערקיי׳ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט.[8] סטאמבול האט אין די לעצטע צוואנציג יאר אנגעבאט פינף מאל פאר דער זומער אלימפיאדע.[9]

היסטאריע

געאגראפיע

טראנספארט

קולטור

סטאמבול האט עטלעכע גרויסע געביידעס, איינע פון זיי די האגיא סאפיא, געבויט פאר א קלויסטער אבער היינט א מוזיי.

רעפערענצן

  1. Istanbul Metropolitan Municipality: Districts of Istanbul
  2. The Results of Address Based Population Registration System, 2018. Turkish Statistical Institute (‏‏1טן פעברואר 2019). דערגרייכט דעם ‏1טן פעברואר 2019.
  3. Isaac 1986, p. 218
  4. מוסטער:ODB
  5. MasterCard Global Destination Cities Index.
  6. The World According to GaWC 2010. Globalization and World Cities (GaWC) Study Group and Network. Loughborough University. דערגרייכט דעם 8טן מיי 2012.
  7. Global Growth on the Orient Express. Brookings Institution blog "The Avenue" (‏‏1טן דעצעמבער 2010). דערגרייכט דעם 14טן אפריל 2013.
  8. (מערץ 2008) OECD Territorial Reviews: Istanbul, Turkey. The Organisation for Economic Co-operation and Development. ISBN 978-92-64-04383-1. 
  9. IOC selects three cities as Candidates for the 2020 Olympic Games. The International Olympic Committee (‏‏24סטן מיי 2012). דערגרייכט דעם 18טן יוני 2012.