אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאנצביל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
א נארמאל בילד
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Young man in Brazil sitting on steps - crop.jpg|קליין|א יונגער מאן אין בראזיל]]
{{באהאלטן בילד|קעפל=בילד פון א נאקעטן זכר|בילד=Pioneer plaque line-drawing of a human male.svg|ברייט=135}}
א '''מאַנצביל''' איז א [[זכר]] פון דעם [[באשעפעניש]] [[מענטש]].
א '''מאַנצביל''' איז א [[זכר]] פון דעם [[באשעפעניש]] [[מענטש]].



רעוויזיע ביי 14:18, 24 מײַ 2019

א יונגער מאן אין בראזיל

א מאַנצביל איז א זכר פון דעם באשעפעניש מענטש.

ווען ער איז געבוירן איז ער נאך א קינד. ווען ער הייבט אן צו גיין איז ער א יינגל. נאך דער בר מצווה (ביי יידן, ד"ה ווען ער איז אלט 13 יאר) הייסט ער א בחור, און ווען ער האט חתונה רופט מען אים א מאַן.

צו זיינע עלטערן איז ער א זון. צו זיינער קינדער איז ער זייער פאטער, צו זיינע אייניקלעך זיידע און צו זיינע אוראייניקלעך עלטער־זיידע.

א מאנצביל ירשנט אן X-כראמאזאם פון זיין מוטער און א Y-כראמאזאם פון זיין פאטער.

אונטערשייד צווישן א מאנצביל און א פרוי

א מאנצביל איז ביאלאגיש אנדערש פון א פרוי אין געוויסע סימנים.

דער ערשטער אונטערשייד איז שוין קענבאר ביים געבורט, וואס א מאנצביל האט די געשלעכט גלידער א פעניס און ביצים; א מיידל (א יונגע פרוי) האט אבער אנדערע געשלעכט גלידער.

ווען דאס קינד ווערט עלטער דערקענט מען אז:

  • א זכר האט האר כמעט איבערן גאנצן קערפער, ספעציעל אויפן פנים—די בארד—און אויפן ברוסט.
  • דער דורכשניט הויך און וואג פון א מאנצביל זענען גרעסער פון א פרוי.
  • די הענט און פיס זענען גרעסער ביי א מאנצביל.
  • די מוסקלען פון א מאנצביל זענען שטערקער פון די פון א פרוי, דורכשניטלעך 25% שטערקער.
  • די שטימע פון א געוואקסענעם מאנצביל איז טיף, ווי אבער ביי א פרוי בלייבט די שטימע הויך ווי א קינד'ס.


וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאנצביל