אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין בן אליעזר"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Fuad.jpg|קליין|בנימין בן אליעזר]]
[[טעקע:Fuad.jpg|קליין|בנימין בן אליעזר]]
'''בנימין פֿואַד בן אליעזר''' ([[12טן פעברואר]] [[1936]], [[י"ט שבט]] [[ה'תרצ"ו]] – [[28סטן אויגוסט]] [[2016]], [[כ"ד אב]] [[ה'תשע"ו]]) איז געווען א [[כנסת]] דעפוטאט, און א געוועזענער הויכער [[אפיציר]] אין [[צה"ל]]. ער איז געווען [[פארטיידיקונגס-מיניסטעריום (ישראל)|פארטיידיקונגס-מיניסטער]] אין ישראל, און האט אויך געהאלטן אנדערע מיניסטארישע אמטן.
'''בִּנְיָמִין פוּאַד בֵּן אֶלִיעֶזֶר''' ([[12טן פעברואר]] [[1936]], [[י"ט שבט]] [[ה'תרצ"ו]] – [[28סטן אויגוסט]] [[2016]], [[כ"ד אב]] [[ה'תשע"ו]]) איז געווען א [[כנסת]] דעפוטאט, און א געוועזענער הויכער [[אפיציר]] אין [[צה"ל]]. ער איז געווען [[פארטיידיקונגס-מיניסטעריום (ישראל)|פארטיידיקונגס-מיניסטער]] אין ישראל, און האט אויך געהאלטן אנדערע מיניסטארישע אמטן.


== לעבנסגעשיכטע ==
== לעבנסגעשיכטע ==

רעוויזיע ביי 01:21, 24 אַפּריל 2019

בנימין בן אליעזר

בִּנְיָמִין פוּאַד בֵּן אֶלִיעֶזֶר (12טן פעברואר 1936, י"ט שבט ה'תרצ"ו28סטן אויגוסט 2016, כ"ד אב ה'תשע"ו) איז געווען א כנסת דעפוטאט, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל. ער איז געווען פארטיידיקונגס-מיניסטער אין ישראל, און האט אויך געהאלטן אנדערע מיניסטארישע אמטן.

לעבנסגעשיכטע

בן אליעזר איז געבוירן געווארן דעם 12טן פעברואר 1936 אין דער שטאט באצרא, איראק, צו זיינע עלטערן פרחה און צאלאח. זיין נאמען ביים געבוירן איז געווען פֿואד, זיין צונאמען ביז היינט אין ישראל. זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה אין יאר 1950, דעמאלט האט ער זיך געטוישט דעם נאמען אפיציעל צו בנימין.

אין יאר 1954 איז בן אליעזר אריין אין מיליטער אין דער גולני בריגאדע אלס א קעמפער, ער איז געשטיגן אויפן מיליטערישן לייטער אלס אפיציר. ביי דעם לבנון ברודער קריג, האט ער געהאלפן די קריסטן אין מערערע הינזיכטן, ווי אויך אנקניפן באציאונגען צווישן די קריסטליכע לבנון מיט ישראל.

אין 1982, האט ער פארלאזט די ארמיי, און זיך געוואנדען צו פאליטיק. ער האט אנגעהויבן אין א פארטיי וואס עזר ווייצמאן האט געגרינדעט. נאך די וואלן איז ער אריין אין כנסת. די פארטיי האט זיך פאראייניגט מיט די עבודה, ווי ער האט געדינט אלס מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען.

אין 1994 האט יצחק רבין אים געשיקט קיין טוניסיע, זיך צו טרעפן מיט יאסער אראפאט.

אין 2001 האט אריק שרון אים געשטעלט אלס פארטיידיגונגס מיניסטער. אין זיין תקופה האט זיך אנגעהויבן די אינטיפאדע.

היינט איז ער פון די עלסטע אמטירנדע כנסת דעפוטאטן, פון דער ארבעטס-פארטי. בנימין פואַד בן אליעזר, ליב געהאט תורה געלערנטע און רעספּעקטעד יידישקייט.

משפחה

מיט זיין ווייב רינה (בזיווג ראשון) האט ער דריי קינדער, אופיר נויה און אבי.

מיט זיין ווייב (בזיווג שני) דרורה-דולי ״פֿאני״ כהן, האט ער צוויי קינדער, טליה און יריב.