אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלעזר מנחם מן שך"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 54: שורה 54:


==לייענט ווייטער==
==לייענט ווייטער==
* [[צירה קרלנשטיין]], '''מנהיג של דור''', [[אשדוד]], [[תשס"ב]]
* [[צירה קרלנשטיין]], '''מנהיג של דור''', [[אשדוד]], [[ה'תשס"ב]]
* [[אשר בערגמאן]], '''מרן הרב שך''', [[בני ברק]], [[תשס"ו]]
* [[אשר בערגמאן]], '''מרן הרב שך''', [[בני ברק]], [[תשס"ו]]
* [[שלמה לארינץ]], '''במחיצתם של גדולי התורה''', א, [[ירושלים]], [[תשס"ז]] ([[2006]]), עמ' 253–395
* [[שלמה לארינץ]], '''במחיצתם של גדולי התורה''', א, [[ירושלים]], [[תשס"ז]] ([[2006]]), עמ' 253–395

רעוויזיע ביי 15:20, 12 נאָוועמבער 2018

פאס בילד פון הרב שך אלס בחור

הרב אלעזר[1] מנחם מן שך זצ"ל (י"ט טבת ה'תרנ"ח - ט"ז חשוון ה'תשס"ב) איז געווען דער מנהיג פון דער ליטווישער תורה וועלט, זייענדיג דער ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק האט ער געגרינדעט די פּאליטישע תורה פארטיי "דגל התורה"

ביאגראפיע

אין ליטא

הרב שך איז געבוירן אינעם שטעטל וואבוילניק אין צפון ליטא, זיינע עלטערן, עזריאל און בת שבע, זענען געווען פשוטע יידן און סוחרים. שוין יונגערהייט איז ער באוואוסט געווארן אלס עילוי און צו עלף יאר אלט האט זיין מוטער אים געשיקט קיין פאנעוועזש צו לערנען ביים רב, הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש. ווען ער איז געווען אלט 13 איז ער אריבער צו סלאַבאדקע אונטער הרב נתן צבי פינקל, באקאנט ווי דער "אלטער פון סלאַבאדקע". ער איז געווארן שטארק מושפע פון רבי ישראל מאיר קאגאן פון ראדין, דער חפץ חיים.

שפעטער

ט"ז אב תרפ"ג (1923) איז הרב שך געווארן א חתן צו גוטל גילמאווסקי, א טאכטער פון פרומא רבקה, שוועסטער פון הרב איסר זלמן מעלצער. נאך דריי חדשים, צווישן יום כיפור און סוכות תרפ"ד (1923), האבן זיי חתונה געהאט אינעם שטעטל ניסעוויז לעבן סלוצק, א שטילע חתונה וואו קיין מענטש נישט פון הרב שכ'ס משפחה איז געווען אנוועזנד. הרב מעלצער איז געווען דער אונטערפירער פון הרב שך.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט א שטיק צייט אין מיר, וואו זיין שווער האט געוואוינט. אין יענער תקופה איז ער געווארן נאנט מיטן מירער רב, הרב אברהם צבי קאמאי. דער קשר צווישן זיי איז געבליבן לאנגע יארן; טייל פון די בריוו וואס זיי האבן געשריבן איינער מיט אנאנד זענען פארעפנטלעכט געווארן אין רב שכ'ס ספר "אבי עזרי".

געווען א "תלמיד חבר" פון דעם בריסקער רב.

געווען ראש ישיבה אין קלעצק און קארלין אין אייראפע פאר דער מלחמה.

ווען הרב יוסף שלמה כהנעמאן האט געעפנט די פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק אין תש"ד, האבן די תלמידים פון דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקווה, דעמאלסט די פירנדיקע ליטווישע ישיבה אין ארץ ישראל, מורא געהאט פונעם נייעם קאנקורענץ. האבן זיי פארגעשטעלט צום ראש ישיבה, רבי ראובן כ"ץ, צו ברענגען צו דער ישיבה הרב שך, און ער האט אים טאקע גערופן צו ווערן א ר"מ אין דער ישיבה. ער איז אריבער אליין צו וואוינען אין פתח תקווה, און יעדן שבת פלעג ער צוריקפארן צו זיין משפחה אין ירושלים.


שפעטער איז ער געווארן א מגיד שיעור און ראש ישיבה אין דער פאנאוועזשער ישיבה לאנגע יארן.

אין שבט תשמ״ו, איז נפטר געווארן הרב יעקב לאנדא, שטאטס רב פון בני ברק. הרב לאנדא איז געווען א חב״דסקער חסיד. אין זיין צוואה הרב לאנדא אז מען זאל באשטימען זיין זון, הרב משה יהודא לייב לאנדא, ווי זיין ממלא מקום. הרב משה לאנדא איז געווען אן אויסגשפראכענער חב״דסקער חסיד און א מגיד שיעור אין דער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב"ד. די ליטווישע האבן זיך דערקעננט שטארק אז ער זאל ווערן רב און האבן געפאדערט וואלן פארן רבנות פון דער שטאט. דער בירגערמייסטער משה אירנשטיין אבער האט זיך געמאכט נישט וויסנדיק פון זייער שטעלונג און האט אויסגערופן דעם זון ווי דער נייער שטאטס רב ביי זיין פאטער׳ס לוויה. הרב שך האט נישט געפאלן די מעשה. ביי די נעקסטע וואלן פאר בירגערמייסטער פון בני ברק האט דגל התורה געשטעלט זייער אייגענעם קאנדידאט, און האט אויסגערופן אז זיי וועלן נישט אנערקענען דעם נייעם שטאטס רב. אין פאראלעל האט ער געהייסן רב חיים שאול קארעליץ אויפצושטעלן א באזונדערע קהילה, מיט אן אייגענעם בית דין, לאקאלע רבנים, א כשרות סיסטעם און נאך. די קהילה "שארית ישראל" עקזיסטירט נאך היינט.

זיינע חשובע תלמידים

משפחה

די קינדער פון רבי אלעזר מנחם מן שך און זיין ווייב גוטל זענען:

לייענט ווייטער

רעפערענצן

  1. די מקורות וואס שרייבן אליעזר זענען גרייזיג