אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם ישעיהו קארעליץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 26: שורה 26:
* הרב אריה אברהמס
* הרב אריה אברהמס
* הרב [[גדליה נאדל]]
* הרב [[גדליה נאדל]]
* הרב [[דוד שמידל]]
* הרב [[דב צבי קארלנשטיין]]
* הרב [[דב צבי קארלנשטיין]]
* הרב [[דוב לאנדא]]
* הרב [[דוב לאנדא]]

רעוויזיע ביי 17:56, 4 סעפּטעמבער 2018

דער חזון איש

רבי אברהם ישעיהו קארעליץ (י"א חשוון ה'תרל"ט, 1878, קאסעוו - ט"ו חשוון ה'תשי"ד, 1953, בני ברק), איז געווען איינער פון די פירער פון יידנטום אין ארץ ישראל, און דער מחבר פון די ספרים חזון איש.

ביאגראפיע

רבי אברהם ישעיהו איז געבויגן געווארן י"א חשוון תרל"ט אינעם שטעטל קאסעוו, ליטע, (דעמאלסט אין גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע, היינט אין בריסקער גובערניע, בעלארוס) צו זיין פאטער, הרב שמריהו יוסף קארעליץ, קאסעווער רב, און זיין מוטער, ראשא לאה, א טאכטער פון הרב קאצנעלבויגן, רב פון קאסעוו און דערנאך פון קאברין.


ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה האט ער געוואוינט אין סטויפץ, וואו ער האט געדינט ווי שטאטס־רב ווען דער ארטיקער רב, הרב יואל סאראצקין, איז געווארן פארטריבן פונעם שטעטל.

ווילנע

מינסק

ארץ ישראל

בארץ ישראל

אום ט"ז תמוז תרצ"ג (1933) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, נאכדעם וואס הרב חיים עוזר גראדזענסקי האט געבעטן משה פרוש פון אגודת ישראל צו באקומען סערטיפיקאטן פארן חזו"א און זיין ווייב כדי זיי זאלן קענען וואוינען אין ארץ ישראל.‏[1]. לויט רפאל האלפערן האט דער חזון איש זיך איינגעשפארט אז מען זאל נישט באקומען דעם סערטיפיקאט דורכן הויפטראבינאט נאר דורך אגודת ישראל‏[2].

ווען ער איז אנגעקומען אין לאנד איז ער געבליבן עטלעכע טעג ביי הרב דוד פאטאש, ביז ער האט געדונגען א שטוב אין גאולה גאס אין תל אביב. עטלעכע וואכן נאך תשעה באב האט ער געדונגען א דירה אין דער נייער קהילה וואס האט זיך אנטוויקלט אין בני ברק, וואס איז שפעטער געווארן, אין א גרויסער מאס צוליב אים, א פעסטונג פון חרדישן יידנטום אין ישראל.

זומער תרצ"ד (1934) האט דער חזו"א געוואוינט א לענגערע תקופה אין צפת פאר זיין געזונט; במשך דער תקופה האט ער געלערנט בעיקר אינעם בית מדרש פון רבי יוסף קארו אין דער אלטשטאט.

דעצעמבער 1936 איז דער חזון איש געווארן געפערלעך קראנק. מען האט דאס מודיע געווען אומעטום אין דער יידישער וועלט, און מ'האט גערופן דעם עולם צו דאווענען פאר אים.‏[3].

אין תש"א איז נפטר געווארן ראשא לאה קארעליץ, דעם חזון איש'ס מוטער, אין ירושלים, און מען האט זי קובר געווען דארט.

זיינע תלמידים

רעפערענצן

  1. דער קארעספאנדענץ איז געדרוקט אין ספר גנזים ושו"ת חזון איש חלק ב' פון עמוד ק"ט
  2. רפאל הלפערן, במחיצת החזון איש, עמ' 51
  3. הרב אברהם ישעיהו קארעליץ געפעהרליך קראנק, אונזער עקספרעס, 24.12.1936. ביי דער היסטארישער יידישער פרעסע.