אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עדה החרדית"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Eida hachrydis.jpg|קליין|250px|דאס שטעמפל פון דער עדה'ס וועד הכשרות]]
[[טעקע:Eida hachrydis.jpg|קליין|250px|דאס שטעמפל פון דער עדה'ס וועד הכשרות]]
די '''עדה החרדית''' איז געגרינדעט געווארן אין [[ירושלים]] דורך די [[רבנים]] און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדרעט יאר צוריק, בראש פון ר' [[יוסף חיים זאנענפעלד]] זצ"ל מחבר פון '''שלמת חיים'''. הייַנט ער איז אין פאַרוואַלטונג הרב [[גבריאל צבי פייפאנהיים]], מנהל פונעם וועד הכשרות פון דער עדה החרדית.
די '''עדה החרדית''' איז געגרינדעט געווארן אין [[ירושלים]] דורך די [[רבנים]] און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדרעט יאר צוריק, בראש פון ר' [[יוסף חיים זאנענפעלד]] זצ"ל מחבר פון '''שלמת חיים'''. היינט ער איז אין פאַרוואַלטונג הרב [[גבריאל צבי פאפנהיים]], מנהל פונעם וועד הכשרות פון דער עדה החרדית.


איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע [[אשכנזים]] און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אנגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע [[מקוה|מקוואות]] און געבן [[הכשר]]ים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די [[דעמאנסטראציע|הפגנה'ס]] קעגן די [[ציונים]].
איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע [[אשכנזים]] און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אנגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע [[מקוה|מקוואות]] און געבן [[הכשר]]ים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די [[דעמאנסטראציע|הפגנה'ס]] קעגן די [[ציונים]].

רעוויזיע ביי 19:12, 5 אויגוסט 2018

דאס שטעמפל פון דער עדה'ס וועד הכשרות

די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדרעט יאר צוריק, בראש פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל מחבר פון שלמת חיים. היינט ער איז אין פאַרוואַלטונג הרב גבריאל צבי פאפנהיים, מנהל פונעם וועד הכשרות פון דער עדה החרדית.

איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע אשכנזים און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אנגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע מקוואות און געבן הכשרים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די הפגנה'ס קעגן די ציונים.

דער ערשטער גאב"ד פון דער עדה איז געווען ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל וואס האט געהאלטן שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב יוסף צבי דושינסקי.

שפעטער איז דער סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, געווארן דער גאב"ד.

אין יאר ה'תשל"ט ווען דער סאטמארער רב איז אוועק, איז דער גאב״ד טיטל איבער געגאנגען צו הרב יצחק יעקב ווייס ז"ל מחבר פון שו"ת מנחת יצחק, צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבן און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.

אין יענער תקופה האט דער בעלזער רב ישכר דוב רוקח (דער צווייטער) געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות.

נאך דעם בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געוארן גאב"ד העדה, ר' משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין סאטמאר ביהמ"ד "אהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין ירושלים, נאך אים איז געווען גאב"ד הרב דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר ה'תשס"ב, היינט איז דארט רב הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א.

צווישן דער הנהלה איז יארן געווען גרשון שטעמער און שלמה פאפנהיים. דער לאנגיעריגער סופר פונעם בית דין פון דער עדה איז געווען רבי מנחם דאווידאוויטש.

די רבנים פון דער עדה (גאב"ד)

די ראשי בית דין (ראב"ד)

געוועזענע דיינים

די היינטיגע חברי ביד"צ

די היינטיגע מורי הוראה פון דער עדה

  • הרב משה זאקס
  • הרב אברהם דוב ליטמאנאוויטש
  • הרב משה ניישלאס
  • הרב מענדל פוקס

דרויסנדיגע לינקן

דעקלעראציעס דורך דער עדה