אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כירורגיע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
+img
מ בוט: מעביר קישורי בינויקי לויקינתונים - d:q40821
שורה 9: שורה 9:


[[קאַטעגאָריע:מעדיצין]]
[[קאַטעגאָריע:מעדיצין]]

[[ky:Хирургия]]

רעוויזיע ביי 18:12, 24 יולי 2018

Hieronymus Fabricius, Operationes chirurgicae, 1685

כירורגיע (פון גריכיש: χειρουργική כיירורגיקע, דורך לאטייניש: chirurgiae כירורגיאיי, טײַטש "האנטארבעט") איז א מעדיצינישע ספעציאליטעט וואס ניצט אפערירנדיקע האנט און אינסטרומענטאלישע טעכניקן אויף א פאציענט בודק זײַן און/אדער באהאנדלען א פאטאלאגיש מצב ווי למשל קראנקייט אדער שאדן, צו העלפן פארבעסערן דעם קערפער אדער עפעס אן אנדער סיבה.

דער אקט פון כירורגן ווערט אויך גערופן א כירורגישע פראצעדור אדער אן אפעראציע, און מען רופט דאס אפערירן. דער אדיעקטיוו כירורגיש מיינט מיט א שייכות צו כירורגיע, צום ביישפיל כירורגישע אינסטרומענטן אדער א כירורגישע שוועסטער. אן אפעראציע קען דויערן מינוטן אדער עטלעכע שעה'ן.

דעפיניציע פון כירורגיע

כירורגיע איז א מעדיצינישע טעכנאלאגיע וואס באשטייט פיזישן אינטערווענץ אויף געוועבן. בדרך כלל,ווערט א פראצעדור גערעכנט כירורגיש ווען זי רירט אן שניידן א פאצינעט'ס געוועבן אדער פארמאכן א פריערדיגן וואונד.