אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעריש הורוויץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏משפחה: פארראכטן טיפן־פעלער
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 14: שורה 14:
== משפחה ==
== משפחה ==
די קינדער פון ר' בעריש ספינקער און זיין רביצין בלומא שרה זענען:
די קינדער פון ר' בעריש ספינקער און זיין רביצין בלומא שרה זענען:
* רבי יוסף מאיר, ספינקער רבי "בית שמואל צבי" אין וויליאמסבורג
* רבי [[יוסף מאיר הורוויץ|יוסף מאיר]], ספינקער רבי "בית שמואל צבי" אין וויליאמסבורג
* רבי [[משה יעקב הורוויץ|משה יעקב]], ספינקער רבי "אהלי צבי" אין מאנסי
* רבי [[משה יעקב הורוויץ|משה יעקב]], ספינקער רבי "אהלי צבי" אין עירמאנט





רעוויזיע ביי 12:34, 11 מײַ 2018

ר' בעריש מיט זיין ברודער ר' אייזיק

ר' ישכר דוב בעריש הורוויץ זצ"ל (ו' שבט ה'תש"ח - י"ט תשרי תשס"ח) אדער ווי ער איז באקאנט אלס ר' בעריש הורוויץ, איז געווען דער ספינקער רבי אין וויליאמסבורג, ברוקלין. ער איז געווען דער עלצטער זון פון ר' הערשעלע ספינקער און געווען אן איידעם ביים איהעלער רב.

ער האט געגרינדעט און אנגעפירט די ספינקא מוסדות ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט, פון דארט האט ער זיך ערווארבן דעם נאמען וואו א ספעציאליסט אין חינוך, און ער האט צוגעשטעלט צענדליגער מחנכים וואס זענען היינט צו טאג צו שפרייט אין אלע היימישע מוסדות התורה.

נאך דעם וואס זיין פאטער איז אוועק האט ער געעפענט זיין בית המדרש אויף דעם נאמען פון זיין טאטן.

ער האט ארויס געגעבן א סעריע ספרים פון זיין טאטן, תפארת צבי על התורה - איטליכע בענדער, מועדים, זמירות לשבת, הגדה של פסח.

אין דער נאכט פון כ"ט תמוז ערב ראש חודש אב ה'תשס"ו איז זיין רביצין בלומא שרה ז"ל פלוצלינג אוועק פון אן עקסידענט אין די קעטסקילס.

מאנטאג פארטאגס (י"ט תשרי ה'תשס"ח) דעם דריטן טאג חול המועד סוכות איז ער אוועק פון דער וועלט. ביי דער לויה וואס איז פארגעקומען יענעם טאג האט מען אויפגענומען זיין זון ר' יוסף מאיר אלס ממלא מקום.

משפחה

די קינדער פון ר' בעריש ספינקער און זיין רביצין בלומא שרה זענען:

  • רבי יוסף מאיר, ספינקער רבי "בית שמואל צבי" אין וויליאמסבורג
  • רבי משה יעקב, ספינקער רבי "אהלי צבי" אין עירמאנט