אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מירער ישיבה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
דערהיינטיקט
שורה 73: שורה 73:
* רבי [[שמואל בירנבוים]]
* רבי [[שמואל בירנבוים]]
* הרב [[שמעון שוואב]]
* הרב [[שמעון שוואב]]

* הרב [[שרגא פייוול זימערמאן]]
* הרב [[שרגא פייוול זימערמאן]]



רעוויזיע ביי 19:33, 14 סעפּטעמבער 2017

מירער ישיבה איז געווען א ישיבה געגרינדעט אינעם שטעטל מיר אין דער ליטע (היינט בעלארוס). די מירער ישיבה איז געגרינדעט אין יאר ה'תקע"ה דורך רבי שמואל טיקטינסקי.


היינט איז דא א מירער ישיבה אין ירושלים ( מיט 8000 תלמידים, די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט), וואס האט א פיליאל אין בראכפעלד, מודיעין עילית. אויך איז דא א מירער ישיבה אין ברוקלין, ניו יארק.

די ישיבה ביז דער ערשטער וועלט מלחמה

נאך דער פטירה פון הרב שמואל טיקטינסקי האט געדינט זיין זון אברהם ווי ראש ישיבה, אבער ער איז יונגערהייט אוועק. נאך אים איז זיין ממלא מקום געווען הרב יוסף דוד אייזנשטאט (נפטר אין תר"ו (1846), און נאך אים האט געדינט דער צווייטער זון פון דעם גרינדער פון דער, הרב חיים לייב טיקטינסקי, ביז תרנ"ט (1899). אין יענער תקופה האט דערגרייכט די צאל תלמידים צו 120.

אין תרנ"ט (1899) איז הרב אליהו ברוך קאמאי, שטאטס רב פון מיר, געווארן ראש ישיבה, און ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז תרע"ז (1917). אין תרס"ז (1907) האט מען באשטימט זיין איידעם הרב אליעזר יהודה פינקל פאר א ר"מ אין ישיבה, און נאך זיין שווערס פטירה איז ער געווארן ראש ישיבה צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב אברהם צבי קאמאי. אין דער תקופה האט די ישיבה ארויסגעזען אין לערנען מוסר, דורך דער השפעה פון רבי אליעזר יודל און דעם משגיח הרב ירוחם לייבאוויץ.

די ישיבה צווישן די וועלט מלחמות

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט די דייטשע ארמיי איינגענומען דאס שטעטל מיר און די רוסן האבן עוואקואירט די איינוואוינער טיפער אין רוסלאנד. ווען מ'האט געחתמעט דעם ריגא אפמאך צווישן דעם סאוועטן פארבאנד און פוילן אין 1922, זענען די איינוואוינער צוריקגעקומען צו וואוינען אונטער פוילישער הערשאפט. די ישיבה האט ווייטער געוואקסן, און ביז דער צווייטער וועלט מלחמה האט געשטיגן די צאל תלמידים אין דער ישיבה צו 400. מ'האט גערופן די "ראשי ישיבות ישיבה", ווייל א סך ראשי ישיבות האבן געהאט געלערנט דארט.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה

שפעטער בשעת דעם ביטערן חורבן אייראפע וואס האט באטראפן דאס אידנטום מיטן אויסברוך פון דעם צווייטן וועלט קריג האבן זיך אנגעשלאסן דערין נאך עטליכע ליטווישע ישיבות און געווארן איינגעשמאלצן אלס איין גרויסע ישיבה און אזוי ארום צוזאמען מיט זיי זיך ארויסגעראטעוועט מיט אויסטערלישע נסים דורך'ן אריבערפארן קיין רוסלאנד אלס טוריסטן. אדר תש״א זענען זיי אנגעקומען אין וולאדיוואסטאק. אויך דארטן האט זיי די רוסישע רעגירונג זיי געטשפעט ביז מ׳האט זיי דערלויבט ארויפגיין אויף דער שיף. דערנאך פון דארטן קיין יאפאן און דערנאך אריבער צו שאנכיי און זיך דארטן אויפגעהאלטן ביז צום סוף פונעם קריג, אזוי איז אויסגעקומען אז תיכף נאך דעם קריג איז דאס אויטאמטיש געווען די גרעסטע ישיבה פון די ליטווישע קרייזן, דעם טיטול וואס זי האלט נאך אן היינט א קנאפע 70 יאר שפעטער.

מירער ישיבה אין ברוקלין

נאכן קריג זענען טייל תלמידים געפארן קיין אמעריקע ווי די ישיבה האט זיך פונדאסניי אוועקגעשטעלט אונטער דעם משגיח נאך פון דערהיים רבי אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל (וואס האט שוין אינמיטן דעם קריג אזוי אסאך אנדערע צ.ב.ש. רבי אהרן קאטלער ז"ל געפליכטעט קיין אמעריקע, און ער איז געווען דער ראש פון דעם וועד הפועל וואס די ישיבה האט אויפגעשטעלט אין דער וועלט וואס האט זיי געשאפן פינאנצן אז זיי זאלן האבן פון ווי צו לעבן אי די פינסטערע צייטן) און עס איז פון דעמאלטס אן ביזן היינטיגן טאג באזירט און פלעטבוש אויף אוישן פארקווע.

מירער ישיבה אין ירושלים

די "בית שלום" געביידע פון דער מירער ישיבה אין ירושלים

אבער דער גרעסערער טייל איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל ווי זיי האבן זיך פריש אוועקגעשטעלט אין ירושלים אונטער דער השפעה פון ר' חיים שמואלעוויטש—ר' יחזקאל לעווינשטיין דער משגיח איז נאכן קריג אויפגענומען געווארן אלס משגיח אין דער בארימטער פאנאוועזשער ישיבה וואס געפונט זיך אין בני ברק—און נאך ביזן היינטיגן טאג איז זי בארימט אלס דער גרעסטער מקום תורה וואס די וועלט פארמאגט מיט נאנט צו זיבן טויזנט תלמידים.די תלמידים קומען פון צענדליקע לענדער אין דער וועלט. מער ווי דריי טויזנט זענען פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און 800 פון ענגלאנד.

די ישיבה אין ירושלים איז צעשפרייט איבער עטלעכע געביידעס.

אין "בית שלום" געפינט זיך דער בית המדרש פונעם "דף" פראגראם, וואו מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא. דער פראגראם ווערט געפירט דורך הרב יוסף גוטפארב. אויך אין דעם בנין לערנען די וואס גייען צום שיעור פון רבי אשר אריאלי, וואס ער זאגט טאג טעגלעך פאר מער ווי 500 מענטשן. "בית שלום" האט אויך אינטערנאטן און אן עס־זאל.

אין תשס"ה האט מעט געווידמעט דאס בניין "בית ישעיה" וואס האט 1500 פלעצער צו לערנען, און נאך דערצו אויך עס־צימערן און אן אינטערנאט.

די געביידע האט צוויי בתי מדרשים. "וואלמארק" באדינט בעיקר אמעריקאנער בחורים, אונטער רבי ניסן קאפלאן און רבי משה אהרן פרידמאן. אין דעם "בית ישעיה" בית מדרש לערנען אייראפעישע בחורים, פון ענגלאנד, פראנקרייך און בעלגיע, ווי אויך דער חסידישער ראם אונטער דער פירערשאפט פון רבי אליעזר יהודה פינקל, וואס איז היינט געווארן דער ראש ישיבה.

מירער ישיבה אין בראכפעלד

מירער ישיבה אין בראכפעלד

רבי שמריהו יוסף פינקל האט אויפגעשטעלט א צווייג פון דער מירער ישיבה (ירושלים) אין "בראכפעלד מאיאנטעק", מודיעין עילית. 600 בחורים לערנען אין דער ישיבה, און נאך 300 יונגעלייט. דער ערשטער ראש ישיבה איז געווען רבי אריה פינקל; היינט איז זיין זון, רבי בנימין פינקל, ראש ישיבה.

ראשי ישיבות

די פריערדיקע ראשי ישיבות זענען געווען:

אין מיר, פוילן:

אין מיר און אין ירושלים:

אין שאנכיי און אין ירושלים:

אין ירושלים:

דער היינטיקער ראש ישיבה אין ירושלים איז רבי אליעזר יהודה פינקל, רבי נתן צבי'ס צווייטער זון. אויך גערעכנט צווישן די ראשי ישיבות זענען רבי רפאל שמואלעוויטש (נפ' תשע״ו), א זון פון רבי חיים שמואלעוויטש, און רבי יצחק אזרחי.

אין ברוקלין:

באקאנטע תלמידים