אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף יואל קאהן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
צוגעלייגט א לינק
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 9: שורה 9:


ער ווערט געשטיצט דורך זיין ברודער רבי [[דוד קאהן]], דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.
ער ווערט געשטיצט דורך זיין ברודער רבי [[דוד קאהן]], דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.

==וועבלינקען==
[http://www.bhol.co.il/25825/לאחר-שנה-האדמור-ממבקשי-אמונה-חובק-תאומות-.html לאחר 33 שנה, האדמו"ר ממבקשי אמונה חובק תאומות] - אויף [[בחדרי חרדים]] (אויף [[העברעיש]]).


[[קאטעגאריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|קאהן, יוסף יואל]]
[[קאטעגאריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|קאהן, יוסף יואל]]

רעוויזיע ביי 11:18, 23 אויגוסט 2017

ר' יוסף יואל קאהן

ר' יוסף יואל קאהן (געב' י"ז אדר ב׳ ה'תשי"ט) איז דער רבי פונעם "מבקשי אמונה" חסידות.

ער איז דער יונגסטער זון פונעם פריערדיגן תולדות אהרן רבי, רבי אברהם יצחק קאהן, און פון מרת יענטא, א טאכטער פון הרה"ק רבי אהרן ראטה, דער גרינדער פון דער שומרי אמונים - תולדות אהרן דינאסטיע. ער איז אן איידעם פון רבי מנחם מענדל מאנדערער, דער געוועזענער קאסאווער רבי פון ירושלים.

רבי יוסף יואל ווידמעט זיין צייט און באשעפטיגט זיך מיט קירוב. ער פירט זיך צו פראווען שבתים און פירן טישן אין פארשידענע שטעט און זידלונגען, וואס עס וואוינען פרייע אידן אדער אזעלכע וועלכע געהערן צו דער מזרחי באוועגונג, כדי זיי צו מקרב זיין צו אידישקייט. אויסער דעם דינט ער אלס ראש כולל אין דער ישועות יעקב שוהל אין מאה שערים. פאר א סאך יארן האט נישט געהאט קיין קינדער, אבער טראצדעם האט ער זיך נישט מייאש געווען און נישט אויפגעגעבן, און יעדן טאג פלעגט ער צוזאמען אינאיינעם מיט זיין רעביצין פארן קיין קבר רחל און זיך אויסבעטן ביז ער איז געהאלפן געווארן. י"ב אדר ב ה'תשע"א, דריי און דרייסיג יאר נאך זיין חתונה, זענען אים געבוירן צווילינג מיידלעך.


ער ווערט געשטיצט דורך זיין ברודער רבי דוד קאהן, דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.

וועבלינקען

לאחר 33 שנה, האדמו"ר ממבקשי אמונה חובק תאומות - אויף בחדרי חרדים (אויף העברעיש).