אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק אייזיק הלוי הערצאג"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
הרב '''יצחק אייזיק הלוי הערצאג''' ([[כ"ח כסלו]] [[ה'תרמ"ט]] - [[ה'תשי"ט]]) איז געווען דער ערשטער [[אשכנז]]ישער הויפט [[רב]] פון [[ישראל]]. ער איז געווארן רב אין יאר [[1936]], וואס ער האט אנגעהאלטן ביז צו זיין נפטר ווערן, אין יאר [[1959]].
הרב '''יצחק אייזיק הלוי הערצאג''' ([[כ"ח כסלו]] [[ה'תרמ"ט]] - [[י"ט תמוז]] [[ה'תשי"ט]]) איז געווען דער ערשטער [[אשכנז]]ישער הויפט [[רב]] פון [[ישראל]]. ער איז געווארן רב אין יאר [[1936]], וואס ער האט אנגעהאלטן ביז צו זיין נפטר ווערן, אין יאר [[1959]].


== לעבנסגעשיכטע ==
== לעבנסגעשיכטע ==

רעוויזיע ביי 12:26, 14 יולי 2017

הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג (כ"ח כסלו ה'תרמ"ט - י"ט תמוז ה'תשי"ט) איז געווען דער ערשטער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געווארן רב אין יאר 1936, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז צו זיין נפטר ווערן, אין יאר 1959.

לעבנסגעשיכטע

געבוירן אין לאמזשע, פוילן, כ"ח כסלו תרמ"ט 3טן דעצעמבער 1888, ער איז אריבער מיט זיין פאטער קיין ענגלאנד, וואו זיין טאטע איז געווען א רב. אין 1908 האט ער באקומען סמיכה. ווי אויך האט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט, מאטעמאטיק, סעמיטישע שפראכן, און קלאסישע שפראכן.

פון 1915 ביז 1936, האט ער געדינט אלס הויפט רב פון אירלאנד, דערנאך האט ער געמאכט עליה קיין ארץ ישראל, און נאך דער פטירה פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק, איז ער ערוועלט געווארן צו דינען אלס הויפט רב.

אין די צייטן פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער געטון אסאך השתדלות, צווישן די אמעריקאנער און בריטישע אינסטאנצן, ארויסצוהעלפן די יידן אין אייראפע, אבער אן דערפאלג. נאכן קריג האט ער אין א לאנגע רייזע אין אייראפע, אסאך ארויסגעהאלפן די שארית הפליטה.

הרב הערצאג האט איניציאירט דאס בויען פון היכל שלמה פאר דעם הויפט ראבינאט.

משפחה

אין 1917, האט ער געהייראט זיין ווייב שרה הילמאן, און געהאט מיט איר צוויי קינדער, חיים הערצאג וועלכע איז געווען ישראלס זעקסטער פרעזידענט, און יעקב הערצאג א פאליטיקער, און ישראלס אמבאסאדאר צו די פאראייניקטע פעלקער. זיין אייניקל איז יצחק הערצאג, וואס הייסט נאך אים, און איז א ישראל פאליטיקער.

וועבלינקען