אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עדה החרדית"
מאין תקציר עריכה |
מ removed Category:רבנים אין ירושלים using HotCat |
||
שורה 64: | שורה 64: | ||
[[קאַטעגאָריע:בית דין צדק]] |
[[קאַטעגאָריע:בית דין צדק]] |
||
[[קאַטעגאָריע:עדה החרדית|*]] |
[[קאַטעגאָריע:עדה החרדית|*]] |
||
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ירושלים]] |
רעוויזיע ביי 22:42, 22 אַפּריל 2017
די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדרעט יאר צוריק, בראש פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל.
איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפען. גלייך ביים גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן די ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע אשכנזים און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אונגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע מקוואות און געבן הכשרים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די הפגנה'ס קעגן די ציונים.
דער ערשטער גאב"ד פון דער עדה איז געווען ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל וואס האט געהאלטען שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב יוסף צבי דושינסקי.
שפעטער איז דער סאטמארער רב בעל הויואל משה ז"ל געווארן דער גאב"ד.
אין יאר ה'תשל"ט ווען סאטמארער רב איז אוועק, איז די טיטל איבער געגאנגען צו הרב יצחק יעקב ווייס ז"ל מחבר פון שו"ת מנחת יצחק, צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבען און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.
(אין דער תקופה האט דער בעלזער רב ישכר דוב רוקח (דער צווייטער) געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות. )
נאך דעם בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געווען גאב"ד העדה, ר' משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין סאטמאר ביהמ"ד "אהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין ירושלים, נאך אים איז געווען גאב"ד הרב דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר ה'תשס"ב, היינט איז דארט רב הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א.
צווישן די הנהלה איז יארן געווען ר' גרשון שטעמער.
די רבנים פון דער עדה (גאב"ד)
- הרב יוסף חיים זאנענפעלד (---1932).
- הרב יוסף צבי דושינסקיא (1932-1948).
- הרב זעליג ראובן בענגיס (1948-1953)
- הרב יואל טייטלבוים,סאטמארער רבי (1953-1979).
- הרב יצחק יעקב ווייס (1979-1989).
- הרב משה אריה פריינד (1989-1996).
- הרב ישראל משה דושינסקיא (1996-2003).
- הרב יצחק טוביה ווייס (2003-היינטיגער).
די ראשי בית דין (ראב"ד)
- הרב משה נחום וואלנשטיין.
- הרב מרדכי לייב רובין (1924-1929)
- הרב זעליג ראובן בענגיס (1938-1948).
- הרב פינחס עפשטיין (1948-1968).
- הרב דוד יונגרייז (1972-1968).
- הרב יצחק יעקב ווייס (1972-1979).
- הרב משה אריה פריינד (1979 - 1989).
- הרב ישראל משה דחברי הביד"צ שהלכו לעולמםושינסקיא (1989-1996).
- הרב ישראל יעקב פישער (1996-2003).
- הרב משה שטערנבוך (2003) (היינטיגער).
חברי הבד"צ שהלכו לעולמם
- הרב מאיר בראנדסדארפער
- הרב משה האלבערשטאם
- הרב נפתלי הירצקא פרענקל
- הרב יעקב בלויא
די היינטיגע חברי ביד"צ
- הרב אברהם יצחק אולמאן
- הרב יעקב מענדל יוראוויטש
- הרב חיים אורי פריינד
- הרב נפתלי הירצקא פרענקל ז"ל
- הרב יהושע ראזנבערגער
- הרב יהודה פישער
די היינטיגע מורי הוראה פון דער עדה
- הרב משה זאקס
- הרב אברהם דוב ליטמאנאוויטש
- הרב משה ניישלאס
- הרב מענדל פוקס
דרויסנדיגע לינקן
דעקלעראציעס דורך די עדה: http://www.truetorahjews.org/taxonomy/term/37