אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעטאן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 10: שורה 10:
{{קאמאנסקאט}}
{{קאמאנסקאט}}


[[קאטעגאריע:בעטאן|*]]
[[קאטעגאריע:מאטעריאלן]]
[[קאטעגאריע:מאטעריאלן]]
[[קאַטעגאָריע:קאנסטרוקציע]]
[[קאטעגאריע:קאנסטרוקציע]]

רעוויזיע ביי 12:40, 19 מערץ 2017

אַרבעטערס פֿילן אָן א פּאָדלאָגע מיט בעטאָן

בעטאָן (פון פראנצויזיש: Béton) איז א וויכטיגער שטאף וואס ווערט גענוצט פאר קאנסטרוקציע. מאָדערנער בעטאָן איז געמאכט פון א מישונג פון צעמענט, זאמד, זשווירן און וואסער. נאך די מישונג איז געמאכט, ווערט עס איבערגעפֿירט צו דער קאנסטרוקציע ארט אין א בעטאן מישער, און עס איז אפט איבערגעפֿירט אין א בעטאן-פאמפע.

בעטאָן איז גענוצט עפֿטער ווי יעדער אנדערער מענטשן-געמאכט שטאף אין דער וועלט. די עלעמנטן זענען געמישט צו מאכן א פאסטע, א ביסל אזא ווי מאכן טייג פאר ברויט. דער בעטאָן איז דערנאך אַװעקגעשיט אַריין אין א ראַם. נאך עטלעכע שעות, פֿאַרשטײַפֿט זיך דער בעטאָן. בעטאָן ווערט פֿאַרשטײַפֿט צוליב א כעמישע רעאקציע וואס הייסט הידראציע. דאס וואסער רעאגירט מיטן בעטאָן, וואס פארבינדט די אנדערע עלעמענטן און מאכט א שטארק שטיין-ענלעכן שטאף.

בעטאָן ווערט גענוצט צו מאכן טראָטואַרן, רערן, ארכיטעקטורישע סטרוקטורן, אויפֿבויען, שטראזן, בריקן, מולטי-שטאָק אָפּלאָגערטער, ווענט, באזעס פאר טויערן, פּלויטן און סטויפעס, און אפילו שיפלעך. זיין גרעסטער געווין איז אז עס פארבינדט ציגלען און שטיינער בעסער ווי אנדערע מעטאָדן באקאנט צו דער מענטשהייט.

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בעטאן