אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טשילע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2: שורה 2:
| נאמען = טשילע
| נאמען = טשילע
| שטאַט = רעפובליק פון טשילע<br /> República de Chile
| שטאַט = רעפובליק פון טשילע<br /> República de Chile
| פאן בילד = Chile flag large.png
| פאן בילד = flag of Chile.svg
| סימבאל בילד = Chile_COA.jpg
| סימבאל בילד = Coat of arms of Chile.svg
| מאפע = Chile (orthographic projection).svg
| מאפע = Chile (orthographic projection).svg
| זינגליד = [[נאציאנאלער הימען פון טשילע]]
| זינגליד = [[נאציאנאלער הימען פון טשילע]]

רעוויזיע ביי 18:24, 27 פֿעברואַר 2017

רעפובליק פון טשילע
República de Chile
פאן טשילע
פאן טשילע
סימבאָל טשילע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: נאציאנאלער הימען פון טשילע
אָרט פֿון טשילע
אָרט פֿון טשילע
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט סאנטיאגא
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
מיטשעל באטשעלעט
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
756,950 קוואַדראַט ק"מ
38סטע
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע (43סט)
וואַלוטע
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען .
טעלעפֿאָן קאָד +

טשילע (שפּאַניש: Chile), אפיציעל די רעפובליק פון טשילע (שפּאַניש: República de Chile), איז אַ לאַנד אין דער מערב זייט פון דרום אַמעריקע. איר הױפּטשטאָט איז סאַנטיאַגאָ. זי באדעקט א לאנגן שמאלן שטח צווישן די אנדן אין מזרח און דעם פאציפישן אקעאן אין מערב. זי גרענעצט פערו צו צפון, באליוויע צו צפון־מזרח און ארגענטינע אין מזרח. די פאציפישע בארטן־ליניע איז לאנג 6,435 ק"מ.

דער צענטער טייל פון טשילע האט צוויי גרויסע שטעט, סאנטיאגא און וואלפארייסא, און האט א מיטלענדישן קלימאט, מיט דורכשניט טעמפעראטורן פון 28 °C אין יאנואר און 11 °C אין יולי.

טשילע"ס צפון מדבר אנטהאלט גרויסע מינעראל-פארמעגן, בעיקר קופער. דרום טשילע איז רייך אין וועלדער און האט א קייט פון וואולקאנען און אזערעס. דער דרום בארטן שליסט איין א סך קאנאלן, האלבאינזלען און אינזלען.

דעם 22סטן אפריל 2015 האט זיך אויפגעריסן דער קאלבוקא וואולקאן.

די באפעלקערונג פון טשילע איז 16.9 מיליאן (2009); פון זיי וואוינען 10 מיליאן אין צענטער טייל פון לאנד. א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג קומט פון איטאלינעשער און שפאנישער אפשטאמונג. 63% זענען קאטאליקן, 10% פראטעסטאנטן, און א קליינער טייל זענען יידן.

טעקע:Chilebarg.JPG
בערג אין טשילע, געזען פֿונעם פֿליפּלאַץ פֿון סאַנטיִאַגאָ

געאגראפיע

גאנץ דרום טשילע ווערט גערעכנט א טייל פון פאטאגאניע.

געשיכטע

פאליטיק

טשילע האט אן אומאפהענגיקע געריכטיקע מאכט כולל אן אפעליר־געריכט און דאס העכסטע געריכט פון טשילע.

דעמאגראפיע

אין דעם צענזוס פון 2002 האט טשילע געהאט א באפעלקערונג פון 15.1 מיליאן מענטשן. פון זיי וואוינען 40% אין סאנטיאגא און די ארומיקע געגנטן.

טשילע האט א פילעטנישע געזעלשאפט. א מערהייט פון דער באפעלקערונג האבן אן אייראפעאישן אפשטאם, בעיקר שפאניער, ווי אויך דייטשע, איטאליענער, אירישע, בריטישע, שווייצער און קראאטן. לויט גענעטישע אונטערזוכונגען האט אן ערך איין העלפט פון דער באפעלקערונג זיינען מעטיסן, וואס הייסט אז האבן אויך אורעלטערן צווישן אינדיאנער מיט נאך א קליינעם בייטראג פון אפריקאנער. בלויז 8% זיינען געהערן צו אבאריגענען, דערהויפּט מאפוטשע אינדיאנער.

די דייטשע אימיגראנטן וואס זענען געקומען אין טשילע אין די 1850ער יארן האבן זיך באזעצט אין דרום טייל פון לאנד, בעיקר אין וואלדיוויא און לאס אנכעלעס.