אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפא שמעלצער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
Fixed typo
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 25: שורה 25:


== זיין שייכות צו סקווער ==
== זיין שייכות צו סקווער ==
'''שמעלצער''' איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין [[ניו סקווער]]. ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר׳ן סקווירא הויף, כמעט ביי יעדע טיש פונעם סקווירא׳ן רבי שליט״א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלעדיעס. אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס ׳בדחנא דמלכא׳ ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות׳ן פון די רבין׳ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א״י בשעת די רבי האט חתונה געמאכט, האט אים די רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. און דעמעלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינע און לעבעדיגע ניגון אויף די ווערטער: ״אב הרחמן שמע קולינו״ און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות
'''שמעלצער''' איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין [[ניו סקווער]]. ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר׳ן סקווירער הויף, כמעט ביי יעדן טיש פונעם סקווירער רבי שליט״א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלאדיעס. אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס ׳בדחנא דמלכא׳ ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות׳ן פון דעם רבין׳ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א״י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט, האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. און דעמאלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינעם און לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער: ״אב הרחמן שמע קולינו״ און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות. היינט וואוינט ער אין [[עירמאנט]], וואו ער איז מקרב אידישע נשמות וועלכע קומען דאווענען אין זיין שוהל.
.
היינט וואוינט ער אין [[עירמאנט]],ווי ער איז מקרב אידישע נשמות וועלכע קומען דאווענען אין זיין שוהל.


ער איז אויך באקאנט אלס א אויסערגעווענליכער גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט אים נישט צוסאך איבער, ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטן, אין אזוי ווייטער.. צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשען.
ער איז אויך באקאנט אלס א אויסערגעווענליך גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט אים נישט צוסאך איבער, ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטן, אין אזוי ווייטער.. צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשן.


== אלבאמען==
== אלבאמען==

רעוויזיע ביי 22:49, 17 יאַנואַר 2017

ליפא שמעלצער

אלעזר ליפא שמעלצער (געבוירן ח' אדר ב' ה'תשל"ח) איז פון די גרויסע מפורסמים אין דער ארטאדאקסישער יודישער געמיינדע. ער איז א זינגער, אקטיאר, מאדעל, בדחן. ער איז שטארק פאפולער ביים חרדישן אידנטום בעיקר צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן.

מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגן וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פילע מוזיק קריטיקער.

ביאגראפיע

ליפא איז געבוירן ח' אדר שני ה'תשל"ח אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגעוואקסן. זייענדיג צעהן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס, וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט, 'שופר של משיח' און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע.

אום ה' אלול ה'תשנ"ח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן א איידעם, און דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו, דאן האט ער זיך געצויגן קיין עירמאנט, וואו ער איז געווארן דער מנהיג פון זיין באשיידענער קהילה, און ביהמ"ד דקהל עירמאנט.

ליפא איז שוין אקטיוו דרייצן יאר, מיט זינגען און בדחנות, מיטן ארויסגעבן קאסעטן און שפילן אויף דער טריבונע.

מאָדעלינג

ליפא שמעלצער איז היינט צוטאגס פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוהט, נישט דווקא מיטן זינגען, נאר מיט יעדער זאך. אינעם פארגאנגענהייט, האט זיך שמעלצער שוין ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.

שמעלצער אליין שטעלט זיך ארויס מיט מאדנע מנהגים, ווען יעדע צייט טוישט ער ברילן אויף אינטערעסאנטערע, און אויף זיין קאר, זיין העמד, זיין קאפל זיינע קאלירטע בעקיטשעס, אויף די קנעפלעך, אויף אלץ שרייעט ארויס 'ליפא', וואס דאס געבט ער צושפייז זיינע יונגע מעריצים, וואס ווערן ממש צעדרייעט פאר יעדער תנועה וואס ער געבט. באזונדער ווען ער ערשיינט אויף דער טריבונע גייט דער צושויער ארויס פון גלייכגעוויכט, ווי ביי די וועלטס גרויס באוואוסטע פערפארמערס.

שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק. ווי ארויסקומען מיט איסורים אויף זיינע אלבאמען. טראץ דעם וואקסט זיין פאפולעריטעט טעגליך.

מיטן מאקעווער רבין

ליפא האט אין זיינע בחורישע יארן געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי'ן אין קרית אתא, ישראל, וואו ער איז געווארן א הויז בחור, און די רעכטע האנט פונעם רב, און דער מאקאווער רבי איז געווען דער וואס האט געוואונטשן פאר ליפא הצלחה אינעם לעבן, זייט דעמאלטס האט ער וואונדערליך אנגעהויבן מיט בדחנות, צו זיינע מוזיקאלישע געבוירענע טאלאנט. נאך היינט איז מאקעווער רבי דאס הייליגסטע אין ליפא'ס לעבן.

זיין שייכות צו סקווער

שמעלצער איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין ניו סקווער. ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר׳ן סקווירער הויף, כמעט ביי יעדן טיש פונעם סקווירער רבי שליט״א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלאדיעס. אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס ׳בדחנא דמלכא׳ ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות׳ן פון דעם רבין׳ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א״י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט, האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. און דעמאלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינעם און לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער: ״אב הרחמן שמע קולינו״ און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות. היינט וואוינט ער אין עירמאנט, וואו ער איז מקרב אידישע נשמות וועלכע קומען דאווענען אין זיין שוהל.

ער איז אויך באקאנט אלס א אויסערגעווענליך גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט אים נישט צוסאך איבער, ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטן, אין אזוי ווייטער.. צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשן.

אלבאמען

  • נאר בשמחה
  • שמע
  • לטובה
  • למרנן (ניגוני סקווירא)
  • ליפא בדרך
  • לעילא ולעילא
  • פראיעקט x
  • בלי עין הרע (קעניינעהארע)
  • לקרוא את ההלל
  • א פשוטער יוד
  • נאנ-סטאפ
  • מעומקא דליפא
  • 6\24
  • לייבי לנצח
  • אמונה (Leap of faith)
  • דאס פינטעלע איד
  • תהיו חיוביים
  • בי פאזעטיוו

נאטיצן

קטלא קניא'ס "ואיני יודע מה הוא" אויף הרב ליפא'ס אלבום[1]

  1. ר' קטלא'ס איינדרוקען. [1]


וועבלינקען