אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קינדליין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
כי חסרים פו דברים
זיי מבטל רי-ווערסיע 511029 פון 85.130.254.215 (רעדן) - וואנדאליזם
שורה 5: שורה 5:


==שרייבער==
==שרייבער==
קינדליין איז א אויסנאם אין דער וועלט פון יודישע אויסגאבעס, אז די ארטיקלען אין קינדליין ווערן בלויז געשריבן דורך מחנכים און מלמדים מיט זייערע עכטע נעמען (און נישט פענע נעמען אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פילע פרומע אויסגאבעס, וואו די שרייבער באהאלטן זייער ריכטיגן אידענטיטעט) די שר ייבער זענען:
קינדליין איז א אויסנאם אין דער וועלט פון יודישע אויסגאבעס, אז די ארטיקלען אין קינדליין ווערן בלויז געשריבן דורך מחנכים און מלמדים מיט זייערע עכטע נעמען (און נישט פענע נעמען אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פילע פרומע אויסגאבעס, וואו די שרייבער באהאלטן זייער ריכטיגן אידענטיטעט) די שרייבער זענען:

* ר' אריה אבראמאוויטש
* ר' אריה אבראמאוויטש
* ר' אהרן יודא ווייזער
* ר' אהרן יודא ווייזער
שורה 18: שורה 17:
* ר' לייביש ליש
* ר' לייביש ליש
* ר' מענדל הערש פאנעט
* ר' מענדל הערש פאנעט
* ר' מענדל הערשקאוויטש הוא צדיק גדול המספר טלפון של קינדליין הינו ידוע בישראל
* ר' מענדל הערשקאוויטש
* ר' מרדכי אינדיג
* ר' מרדכי אינדיג
* ר' משה טייטלבוים
* ר' משה טייטלבוים
שורה 44: שורה 43:
* קאמיקס אין פארזעצונגען דורך בת שבע האוולין.
* קאמיקס אין פארזעצונגען דורך בת שבע האוולין.
* באשרייבונגען, שמועסן און אינטערוויוס דורך ר' דוד וועבער.
* באשרייבונגען, שמועסן און אינטערוויוס דורך ר' דוד וועבער.
* וועכענטליכע היסטאריע דורך ר' מרדכי אינדיג. דאס נעמט אריין אידישע, וועלטליכע און אלגעמיינע היסטאריע.קינד ליין זה המקום האמיתי
* וועכענטליכע היסטאריע דורך ר' מרדכי אינדיג. דאס נעמט אריין אידישע, וועלטליכע און אלגעמיינע היסטאריע.
* וועכענטליכע נאטור פארש ארטיקל דורך ר' אהרן יהודה ווייזער, וואס באשרייבט א זעלטענע אדער אומבאקאנטע באשעפעניש, באגלייט מיט בילדער און ערקלערונגען.
* '''לאמיר באזוכן די וועלט''', א רובריק וואס נעמט ליינער אויף א רייזע צו אינטרעסאנטע ערטער אדער לענדער איבער די וועלט מיט היסטארישע איבערבליק און באשרייבונג.
* '''לאמיר באזוכן די וועלט''', א רובריק וואס נעמט ליינער אויף א רייזע צו אינטרעסאנטע ערטער אדער לענדער איבער די וועלט מיט היסטארישע איבערבליק און באשרייבונג.
* האנטארבייט פראיעקט דורך מרת פרידמאן. א וועכענטליכע פראיעקט פאר קינדער צו מאכן אייגענע האנטארבייט.
* האנטארבייט פראיעקט דורך מרת פרידמאן. א וועכענטליכע פראיעקט פאר קינדער צו מאכן אייגענע האנטארבייט.

רעוויזיע ביי 13:49, 1 סעפּטעמבער 2016

קינדער
א קינד אין קאנאדע ליינט די קינדליין

קינדליין איז א וועכנטליכע אינטערנאציאנאלע פרומע יודיש אויסגאבע ספעציעל פאר קינדער ארויסגעגעבן זינט מקץ תשע"ה.[1] עס ווערט ארויסגעגעבן דורך ר' מענדל הערש פאנעט אין צוזאמהאנג מיט בארימטע מחנכים ווי ר' פישל שעכטער, ר' חיים הערש מענדעלאוויטש, און ר' דוד וועבער.

קינדליין ווערט וועכנטליך פארשפרייט צו פילע שטעט און לענדער איבער דער וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע, קאנאדע, ישראל,‏[2] ענגלאנד, בעלגיע, שווייץ און עסטרייך.[3]

שרייבער

קינדליין איז א אויסנאם אין דער וועלט פון יודישע אויסגאבעס, אז די ארטיקלען אין קינדליין ווערן בלויז געשריבן דורך מחנכים און מלמדים מיט זייערע עכטע נעמען (און נישט פענע נעמען אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פילע פרומע אויסגאבעס, וואו די שרייבער באהאלטן זייער ריכטיגן אידענטיטעט) די שרייבער זענען:

  • ר' אריה אבראמאוויטש
  • ר' אהרן יודא ווייזער
  • ר' גבריאל יודא אילאוויטש
  • ר' דוד וועבער
  • ר' דוד שפיטצער
  • ר' חיים הערש מענדלאוויטש
  • ר' יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
  • ר' יחיאל יצחק פאנעט
  • ר' ליבוש האממער
  • ר' לייביש ליש
  • ר' מענדל הערש פאנעט
  • ר' מענדל הערשקאוויטש
  • ר' מרדכי אינדיג
  • ר' משה טייטלבוים
  • ר' משה רייזמאן
  • ר' נפתלי משה ווייס
  • ר' פישל שעכטער
  • ר' שרגא שלום פאפלאנאש
  • מרת ה. פריעדמאן
  • מרת פ. איינהארן

ארטיקלען

קינדליין איז א צוזאמשטעל פון פארשידענע קאַלומס און רובריקן:

  • ר' פישל שעכטער שרייבט יעדע וואך א מוסר שמועס באזירט אויף א פערזענליכער געשיכטע.
  • א צייכענונג פון די וועכענטליכע פרשה, געשריבן און פארפאסט דורך ר' דוד שפיטצער און געמאלן דורך ר' אהרן זאב בערנשטיין, באגלייט מיט א באשרייבונג און ערקלערונגען אין דער זייט.
  • א חינוך ארטיקל פון ר' חיים הערש מענדלאוויטש וואס ווידמעט צו פארבעסערן די מדות און ערליכקייט, די רובריק האט אויך א צעטל וואס קינדער קענען אויספילן, אריינשיקן צו דער רעדאקציע און אריינגיין אין א גורל.
  • אן ארטיקל געשריבן דורך ר' נפתלי משה ווייס מיטן נאמען זיידי דערציילט, וואס שילדערט וויאזוי עס האט אויסגעזען די אלטע היים אין אייראפע.
  • דערנאך איז א וועכענטליכע יארצייט ערציילונג אין קאמיקס, געשריבן דורך ר' יואל לויפער אדער דורך ר' מענדל הערש פאנעט אדער דורך ר' מרדכי שאול אינדיג און געמאלן דורך ר' מרדכי העללער.
  • א דערציילונג פון חז"ל אין פארעם פון א שפיל, מיט א ניגון אין גראמען געשריבן דורך ר' אריה אבראמאוויטש.
  • משל ונמשל, א רובריק אין קאמיקס וואס ברענגט ארויס א לערונג אויפן לעבן. יעדע וואך פארענטפערט דעם משל פון דער פריערדיגע וואך מיט א פארזעצונג פון די נמשל.
  • עטליכע פארזעצונג געשיכטעס אין קאמיקס, געמאלן דורך מרת ד. קאטאווסקי און ר' דוד גאלדשמידט (גולד).
  • א דראמאטישע קינדער ערציילונג אין פארזעצונג דורך מרת פ. איינהארן.
  • געשיכטע-ליין דורך ר' יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט, יחוס און היסטאריע פארשער.[4]
  • גאונות-ליין דורך ר' שלום שרגא פאפלאנאש, תלמיד חכם און ידען, מגיד שיעור אין סאטמאר וויליאמסבורג.
  • א וועכענטליכע מעשה דורך ר' לייביש ליש
  • קאמיקס אין פארזעצונגען דורך בת שבע האוולין.
  • באשרייבונגען, שמועסן און אינטערוויוס דורך ר' דוד וועבער.
  • וועכענטליכע היסטאריע דורך ר' מרדכי אינדיג. דאס נעמט אריין אידישע, וועלטליכע און אלגעמיינע היסטאריע.
  • וועכענטליכע נאטור פארש ארטיקל דורך ר' אהרן יהודה ווייזער, וואס באשרייבט א זעלטענע אדער אומבאקאנטע באשעפעניש, באגלייט מיט בילדער און ערקלערונגען.
  • לאמיר באזוכן די וועלט, א רובריק וואס נעמט ליינער אויף א רייזע צו אינטרעסאנטע ערטער אדער לענדער איבער די וועלט מיט היסטארישע איבערבליק און באשרייבונג.
  • האנטארבייט פראיעקט דורך מרת פרידמאן. א וועכענטליכע פראיעקט פאר קינדער צו מאכן אייגענע האנטארבייט.
  • הלכה-ליין, א רובריק אין בילדער וואס שטעלט א הלכה שאלה צו די ליינער, ליינער וואס שיקן אריין די ריכטיגע ענטפער גייען אריין אין א גורל און קענען געווינען א געשאנק.
  • איצי פיצי און ציפי, א קורצע קאמיקס געאייגענט פאר אינגע קינדער וואס לערנט אויס גוטע מדות און עטיקעט. געשריבן דורך מרת פרידמאן און געמאלן דורך בת שבע האוולין.
  • פרעג ר' שמחה'לע קאפשטיק, א פראגע-און-ענטפער רובריק וואס ענטפערט פראגעס וואס ליינער שיקן אריין, דורך מרת פ. איינהארן.
  • חידות, רעטעניש קעסטלעך בריוו און בילדער.


אויפנאמע

קינדליין איז די ערשטע אויסגאבע וואס איז כשר ביי אלע פרומע קרייזן, אנגעהויבן פון סאטמאר ביז די מער מאדערענע קרייזן, דאס איז א דאנק דעם וואס זייער רעדאקציע איז א אחדות'דיגע גרופע פון מחנכים פון פארשידענע פרומע קרייזן ווי סאטמאר, סקווירא, בעלזא.

קינדליין ווערט פרעזענטירט דורך די מנחכים-שרייבער ווי א ריינע "חינוך'דיגע" אויסגאבע, ווען די שרייבער שרייבן זייערע ארטיקלען ווי כאילו זיי שטייען פארנט פון א קלאס, און וואס א מלמד\לערערין וואלט נישט געזאגט אין קלאס ווערט שטרענג צענזורט, ווי אויך האט יעדער ארטיקל באזונדער א שטארקע חינוך'דיגע ציל וואס די ליינער זאלן זיך לערנען דערפון א מוסר השכל אדער ידיעות, נישט אבי צייט-פארברענגעניש.

קינדליין איז געווען די ערשטע אידישע אויסגאבע וואס ברענגט הערליכע "קאמיקס" וואס זענען געשריבן און געמאלן ספעציעל פארן די פרומע קרייזן,[5] אויסגעהאלטן על טהרת הקודש, פון יעדן שטאנדפונקט, סיי די בילדער און סיי די אינהאלט (און נישט איבערגעטייטשט פון אנדערע אויסגאבעס אויף העברעאיש אדער ענגליש אד"ג). די מעלער פון די קאמיקס זענען די גרעסטע מעלער אין די יודישע מארקעט, גדי פאלאק[6], אברהם זמורה[7], דבורה קאטאווסקי[8], מאטי העללער, דון בר לב, יואל בר לב, דוד גאלד, בת שבע האוולין[9], זקי ירחי, א. אסציסלעווסקי. אהרן זאב בערנשטיין, און נאך.

אויך פארמאגט קינדליין פארשידענע קאַלומס, צום ביישפיל: היסטאריע, ערפינדונגען, הינטער די קוליסן, אינטערוויוס[10], און נאך, וועלכע האלט געשפאנט די יונגע ליינער.

די קינדליין איז טאקע געאייגענט פאר קינדער, אבער מיט דער צייט איז עס אויפגענומען געווארן ביי אלע יארגענג, ווען אפילו ערוואקסענע ליינען עס און גלייכן דאס גאר שטארק.

קינדליין פארמאגט אן אייגענע "וועד החינוך" וועלכע קוקן איבער יעדע וואך די אויסגאבע, און צענזורן וואס זיי שפירן איז נישט גענוג ריין און חינוך'דיג, די וועד החינוך איז צוזאמען געשטעלט פון די מחנכים הרה"ג ר' אהרן הלברשטאם קרייזער רב און מנהל פון ת"ת דרכי חיים אין בארא פארק, הרה"ג ר' חיים הערש מענדעלאוויטש שליט"א מגיד שיעור און א באקאנטער מחנך אין קרית יואל, הרה"ג ר' דוד אלימלך צאנגער מחסידי באבוב בארא פארק (הויפט מגיה), הרב ר' נפתלי משה ווייס פון קרית יואל און הרב ר' מרדכי שאול אינדיג פון וויליאמסבורג.

קינדליין איז אויפגענומען געווארן ביים חרדי'שן ציבור מיט גרויס פרייד[11], און אין גאר א קורצע צייט אפשניט זיך דעווארבן צו זיין די מערסט-אויפגעכאפטע אויסגאבע אין דער אידישער שפראך.

ביכער

קינדליין טוט אויך ארויסגעבן ביכער פון קאמיקס[12] אדער מעשיות[13] וואס ווערן צוערשט געדרוקט אין די וועכענטליכע קינדליין מאגאזין.

פעלגענד איז א ליסטע פון ביכער ארויסגעגעבן דורך אדער מיט די הילף פון קינדליין:

בוך שרייבער דרוק יאר פירמע בלעטער ISBN
געציל אדער דזשוכא?[14] דוד גולד 2016 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910742
טראכט גוט[15] גדי פאלאק 2015 קינדער שפיל 59 ISBN 9781680910193
די דריי ברידער אין די זידירים קעניגרייך[16] ב. ש. הבלין 2015 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910186
יחיאל און גיטל מיט די קרייץ ציגלער[17] ב. ש. הבלין 2015 קינדער שפיל 60 ISBN 9781680910179
א משל און א נמשל - קינדליין קאמיקס[18] דן און יואל בר לב - קינדער שפיל - -


רעפערענצן

  1. "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין אויף אידישע וועלט פארום
  2. שלמה כהן, ‏קינדליין קומט אין ישראל, אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)
  3. ווי נאך קומט די קינדליין אן? אויף אידישע וועלט פארום
  4. אינטערוויו מיט יוסף קוואדראט
  5. אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין" אויף קאווע שטיבל
  6. אידישע קאמיקס? אויף רוסיש
  7. אברהם זמורה: "משמיים גרמו לי לצייר ספר של סיפורי הבעל שם טוב"
  8. מאלעריי, פון אנהויב ביזן ענדע (אויף רוסיש)
  9. בת שבע הבלין: אני חיה את דמויות הקומיקס שלי
  10. אינטערוויו מיט די ארגענעזאציע חסד של אמת
  11. קינדען פרייען זיך צו ליינען די קינדליין ביי ישיבה וועלט נייעס
  12. http://www.braunsjudaica.com/brauns/products/Books/Comics/53084.html
  13. http://www.braunsjudaica.com/brauns/products/Books/Comics/53083.html
  14. בוך: געציל אדער דזשוכא? ביי גרינפעלד דזשודעיקא
  15. בוך: טראכט גוט אויף עמעזאן
  16. בוך: געציל אדער דזשוכא? ביי גרינפעלד דזשודעיקא
  17. בוך: יחיאל און גיטל מיט די קרייץ ציגלער אויף AbeBooks
  18. בוך:א משל און א נמשל אויף Z. Berman Books