אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מגילת איכה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''מגילת איכה''' ענטהאלט די קינות פון ירמיה הנביא אויפן חורבן ירושלים. זי איז פו...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 25: שורה 25:


{{ספרים אין תנ"ך}}
{{ספרים אין תנ"ך}}

[[קאַטעגאָריע:ספרים אין תנ"ך]]

רעוויזיע ביי 20:10, 16 אויגוסט 2016

מגילת איכה ענטהאלט די קינות פון ירמיה הנביא אויפן חורבן ירושלים. זי איז פון די חמש מגילות אין כתובים. אין תנ"ך און אין מדרש ווערט זי אנגערופן מגילת קינות.

מען זאגט דעם מגילת איכה תשעה באב ביינאכט נאך מעריב, זיצנדיג אויף דער ערד.

אויסשטעל

מגילת איכה פארמאגט פינף קאפיטלעך, וואס אלע זענען אויסגעשטעלט לויט די א"ב, אין עטליכע פארמאטן:

די ערשטע, צווייטע, און פערטע קאפיטלעך וואס הייבן זיך אן מיטן ווארט "איכה", האבן אלע צוויי און צוואנציג פסוקים, און יעדער פסוק פאנגט זיך אן מיט אן אנדערע אות, לויטן סדר פון די א"ב.

דער דריטער קאפיטל איז געבויט אין א דרייפאכיגן פארמאט, דריי מאל צוויי און צוואנציג פסוקים, מיט דריי פסוקים פאר יעדן אות לויטן סדר.

דער פינפטער קאפיטל האט אויך דער באשטימטער צאל פון צוויי און צוואנציג פסוקים, אבער עס גייט נישט אויפן סדר פון די א"ב.

אינהאלט

פרק א' און ב' האט ירמיה געשריבן נאך פארן חורבן, לויט ווי עס איז דערציילט אין ספר ירמיה. גאט האט אים באפוילן צו שרייבן אין א מגילה די קינות אויפן חורבן ווי גלייך עס האט שוין פאסירט, ווי א נבואה אז דער חורבן איז גאר נאנט אויב טוט מען נישט קיין תשובה. אין פרק א' קלאגט ירמיה אויף ירושלים וועלכע איז געבליבן חרוב, איינזאם און פארלאזט. און אין פרק ב' באוויינט ער די קרבנות, זייערע שרעקליכע צרות און אונגעהוירע ליידן.

פרק ג' האט ירמיה געשריבן נאכן חורבן, נאכן בייוואוינען די שוידערליכע סצענעס ביים חורבן ירושלים. ער שילדערט די קאשמארן פונעם חורבן, און דערנאך זאגט ער מוסר אז דאס איז געשען צוליב די זינד, און מען זאל דאס איינזען און זיך צוריקקערן צו גאט. ער טרייסט און בלאזט אריין האפענונג אז דער אייבערשטער וועט נישט שטענדיג פארלאזן, זיין צארן וועט זיך נישט צוען אויף שטענדיג, און צום סוף וועט ער רחמנות האבן אויף כלל ישראל.

פרק ד' איז א קינה פון ירמיה אויף יאשיהו המלך נאך זיין טראגישן טויט, און אזוי אויך אויף די אומגעקומענע פון יהודה און ירושלים. די קינות אויף יאשיהו זענען אויך געווען געשריבן נאך פארן חורבן, און עס ווערט דערמאנט אין ספר ירמיה.

די לעצטע צוויי פסוקים פון פרק ד' ענטהאלט א נבואה אויפן שפעטערדיגן חורבן פונעם צווייטן בית המקדש דורך "אדום" - די רוימער, און דערנאך אדום'ס ענדגילטיגע מפלה און די גאולה שלימה.

רעפערענצן

ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהילים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')