אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהושע"

פֿון װיקיפּעדיע
אין תקציר עריכה
מ עולםגולם האט באוועגט בלאט יהושע בן נון צו יהושע: מער פאסיג, אויך אזויווי דער ענגלישער
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 16:36, 5 אויגוסט 2016

יהושע בן נון איז געווען דער פירער פון כלל ישראל און דער ממלא מקום פון משה רבינו נאך זיין פטירה. ער האט אריינגעפירט די יידן קיין כנען, באַזיגט די דארטיגע פעלקער, און צוטיילט ארץ ישראל פאר די צוועלף שבטים.

יהושע בן נון איז ווארשיינליך געבוירן געווארן אין מצרים, און איז אלט געווען 42 יאר בשעת יציאת מצרים.

ער איז געווען דער משרת פון משה און זיין געטרייסטער תלמיד, און כאטש וואס ער האט נישט באלאנגט צו די משפחה פון משה רבינו, האט אים גאט באשטימט אלס דער איינציגער פאסיגער איבערצונעמען די פירערשאפט פון כלל ישראל.

ער האט קודם געהייסן הושע און ווען משה רבינו האט אים געשיקט צו זיין פון די מרגלים, האט ער אים צוגעלייגט אן אות צו זיין נאמען יהושע אלס א ברכה אז גאט זאל זיין צו זיין הילף (דער טייטש פון י-ה הושע).

זעט אויך