אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פערד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 19: שורה 19:


==אנדערע זגאלן פון דעם מין==
==אנדערע זגאלן פון דעם מין==
דאס פערד איז איינער פון די זגאלן וואס געהערן צןם [[מין (ביאלאגיע)|מין]] ''Equus''. די אנדערע זענען דער [[אייזל]] , דער בארג [[זעברע]], דער פלוין זעברע, גרעווי זעברע, ווילדאייזל און טיבעטישער ווילדאייזל. זיי קענען רעפראדוצירן איינס פון אנאנד, אבער די קינדער זענען [[אומפרוכפערקייט|אומפרוכפער]]. מערסט באוואוסט פון זיי איז דער [[מוילאייזל]], וואס ווערט געבוירן פון אן אייזל און א קליאטשע.
דאס פערד איז איינער פון די זגאלן וואס געהערן צום [[מין (ביאלאגיע)|מין]] ''Equus''. די אנדערע זענען דער [[אייזל]] , דער בארג [[זעברע]], דער פלוין זעברע, גרעווי זעברע, ווילדאייזל און טיבעטישער ווילדאייזל. זיי קענען רעפראדוצירן איינס פון אנאנד, אבער די קינדער זענען [[אומפרוכפערקייט|אומפרוכפער]]. מערסט באוואוסט פון זיי איז דער [[מוילאייזל]], וואס ווערט געבוירן פון אן אייזל און א קליאטשע.





רעוויזיע ביי 08:40, 12 אָקטאָבער 2015

א פערד איז א מין בהמה. אַ פערד װאָס איז מין נקבה הײסט אַ "קליאַטשע"; אַ פערד װאָס איז מין זכר הײסט אַן "אָגער".

עס זענען דא עטליכע סארט פערד, קודם זענען דא 1) דאס פלינקע פערד, וואס ווערט גענוצעט דורך רייטערס און לויפערס. 2) דאס מעכטיגע פערד, וואס זענען די שטארקע פערד, צווישן זיי איז דער בעלגישער פערד וואס איז א מעכטיגער גרויסע פערד. 3) דער וואלד פערד. 4) דאס אראבישערפערד וואס איז באוואסט מיט איר קלאסיסשקייט, און שיינקייט. 5) דאס פאני פערד וואס איז דער דורכשניטליכער ארבעט פערד. און ווערט אויך גענוצט היינט צו טאג אלס א פארוויילונגס חיה. ַ 6) דאס ליפיצע פערד וואס די בעלי עגלה פלעגן עס נוצן צו טראגן מענטשן פון איין פלאץ צום צווייטן.


דאס פערד איז באקאנט אלס א בהמה וואס איז געטריי צו זיין האר, עס וועט פאלגן אלעס, דאס איז זיין טבע עס איז א שטילע און א פאלגנדיגע, און אויב איז עס שלעכט גיט מען אים א שמייס מיט א קאנטשיג, און עס ווערט וואויל.

דאס אויסזען פון א פערד איז זי האט א לאנגע האריגע שאל ארום איר גענאג, קליינע אויער, און א לאנגן וויידל.

א פערד איז איינער פון די בעלי חיים וואס איז שוין געשטוביקט געווארן פון אוראלטע צייטן.

דאס פערד אלס לויפער

דער טבע פון א פערד איז אז עס קען שנעל לויפן, זי ווערט פארעכנט פאר די שנעלסטע לויפער צווישין די בהמות, און דער בעסטע לויפער צווישן די חיות, עס זענען אפשר דא באשעפענישן וואס קענען שנעלער לויפן פונעם פערד, אבער זיי קענען זיך בשום אופן נישט פארמעסטן מיטר דעם לאנגען צייט און דעם גוטן סארט לויפן פונעם פערד, איר קערפער איז ספעציעל געאיינגעט דערצו וויבאלד זי האט א שטארקער קערפער איר הויט זענען אויסגעצויגן, און די פיס זענען דין.

די מעלה פארוואס עס קען לויפן איז אויך צוליב דעם וואס זי קען שטיין א גאנצן לעבן אויף אירע פיס און נישט ווערן מיד, זי שלאפט אפילו שטייעדיגערהייט, ווען דער פערד זיצט א לענגערע צייט איז דאס א סימן אויף קרענק.

אנדערע זגאלן פון דעם מין

דאס פערד איז איינער פון די זגאלן וואס געהערן צום מין Equus. די אנדערע זענען דער אייזל , דער בארג זעברע, דער פלוין זעברע, גרעווי זעברע, ווילדאייזל און טיבעטישער ווילדאייזל. זיי קענען רעפראדוצירן איינס פון אנאנד, אבער די קינדער זענען אומפרוכפער. מערסט באוואוסט פון זיי איז דער מוילאייזל, וואס ווערט געבוירן פון אן אייזל און א קליאטשע.