אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פידל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
צוגעגעבן פּרטים װעגן פֿונקציע פֿון פֿידל און פֿאַרבעסערט עטלעכע גרײַזן
שורה 1: שורה 1:
דאס '''פידל''' ווערט פאררעכנט אלס דער קעניג פון די [[מוזיק אינסטרומענטן]], צוליב די הארציגע מעלאדיעס וואס דאס גיט ארויס, וואס איז א יחיד במינו פון אלע קלעזמער אין די [[ארקעסטער]]ס.
דער '''פידל''' ווערט פאררעכנט װי דער קעניג פון די [[מוזיק אינסטרומענטן]], צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צװישן אלע כּלי־זײן אין די [[ארקעסטער]]ס.


דער [[פידל]] געהערט צו דער פֿאַמיליע פֿון די [[סטרונע אינסטרומענטן]]. מע שפילט דעם פֿידל מיט א שטעקעלע אױף װאס עס זענען געשפּאַנט פֿערדהאָר און װאָס מע רופֿט אָן דעם סמיטשעק. דער [[פידלער]] פֿירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רײַבונג פֿון די פֿערדהאָר אױף די סטרונעס איז גורם װיבראַציעס װאָס ברענגען אַרױס פֿון די פֿאַרשײדן גראָבע סטרונעס פֿאַרשײדן הױכע טענער. װאָס גראָבער די סטרונע, װאָס טיפֿער דער טאָן. אַז מע זאָל פֿון די פֿיר סטרונעס פֿונעם פֿידל אַרױסברענגען מער װי פֿיר טענער, קען דער פֿידלער די סטרונע װאָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פֿאַרקירצן דורך אַרױפֿלײגן אַ פֿינגער אױף דער סטרונע. װאָס קירצער דער חלק פֿון דער סטרונע װאָס קען װיברירן, װאָס העכער דער געשאַפֿענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פֿידל און פֿאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַװעגט מען דעם סמיטשיק.
דאס [[פידל]] איז פון די [[סטרונע אינסטרומענטן]] פאמיליע, און ווערט געשפילט דורך א שטעקעלע וועלכעס פארט ארויף און אראפ אויף די פידל בענדלעך, און ווייברירט דאס אז ס'זאל ארויסגעבן אירע שיינע קלאנגען, מיט וואס דאס פידל צייכנט זיך אויס.


אין די פידל פאמיליע איז פאראן עטליכע ערליי.
אין דער פידל־פאמיליע זענען פאראן עטליכע ערליי.
# דער [[טשעלא]] גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען (באס)
# דער [[קאנטראבאס]] גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען (באס). מע שפּילט אים געװײנטלעך שטײענדיק.
# דער [[טשעלא]] גיט אַרױס מיטעלע טענער און װערט אַװעקגעשטעלט אױף דער פּאָדלאָגע, נאָר דער טשעליסט שפּילט זיצנדיק.
# דער [[קאנטראבאס]]
# די [[װיאלע]] איז קלענער פֿון טשעלאָ און גרעסער פֿון פֿידל און מע שפּילט זי פּונקט אַזױ װי די פֿידל.
# די [[וויאלע]]


די פרייזן פאר א פידל זענען איינגעטיילט לויט די ווערט פונעם האלץ און לויטן נאמען פון פארביצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליקע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און העכער זענען געמאכט פון אזעלכע סארטן האלץ וואס פארשענערן דעם קול װאָס מער װאָס עלטער עס ווערט.

בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דרוקט מען צו דעם גרויסן שאפע פונעם פידל צווישן דאס האלז אין די אקסעל. מיט איין האנט האלט מען דאס שטעקעלע און מ'שפילט דערמיט אויף די פידל בענדלעך.
דער וואס שפילט אויף א פידל, ווערט אנגערופן [[פידלער]].

די פרייזן פאר א פידל איז איינגעטיילט לויט די ווערד פון די האלץ און לויטן נאמען פון פארבאצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליגע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און ארויף זענען געמאכט פון אזעלעכע סארט האלץ וואס פארשענערט די קול ווי א יאר עלטער עס ווער.


== יידישקייט ==
== יידישקייט ==

רעוויזיע ביי 21:40, 24 סעפּטעמבער 2015

דער פידל ווערט פאררעכנט װי דער קעניג פון די מוזיק אינסטרומענטן, צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צװישן אלע כּלי־זײן אין די ארקעסטערס.

דער פידל געהערט צו דער פֿאַמיליע פֿון די סטרונע אינסטרומענטן. מע שפילט דעם פֿידל מיט א שטעקעלע אױף װאס עס זענען געשפּאַנט פֿערדהאָר און װאָס מע רופֿט אָן דעם סמיטשעק. דער פידלער פֿירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רײַבונג פֿון די פֿערדהאָר אױף די סטרונעס איז גורם װיבראַציעס װאָס ברענגען אַרױס פֿון די פֿאַרשײדן גראָבע סטרונעס פֿאַרשײדן הױכע טענער. װאָס גראָבער די סטרונע, װאָס טיפֿער דער טאָן. אַז מע זאָל פֿון די פֿיר סטרונעס פֿונעם פֿידל אַרױסברענגען מער װי פֿיר טענער, קען דער פֿידלער די סטרונע װאָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פֿאַרקירצן דורך אַרױפֿלײגן אַ פֿינגער אױף דער סטרונע. װאָס קירצער דער חלק פֿון דער סטרונע װאָס קען װיברירן, װאָס העכער דער געשאַפֿענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פֿידל און פֿאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַװעגט מען דעם סמיטשיק.

אין דער פידל־פאמיליע זענען פאראן עטליכע ערליי.

  1. דער קאנטראבאס גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען (באס). מע שפּילט אים געװײנטלעך שטײענדיק.
  2. דער טשעלא גיט אַרױס מיטעלע טענער און װערט אַװעקגעשטעלט אױף דער פּאָדלאָגע, נאָר דער טשעליסט שפּילט זיצנדיק.
  3. די װיאלע איז קלענער פֿון טשעלאָ און גרעסער פֿון פֿידל און מע שפּילט זי פּונקט אַזױ װי די פֿידל.

די פרייזן פאר א פידל זענען איינגעטיילט לויט די ווערט פונעם האלץ און לויטן נאמען פון פארביצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליקע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און העכער זענען געמאכט פון אזעלכע סארטן האלץ וואס פארשענערן דעם קול װאָס מער װאָס עלטער עס ווערט.

יידישקייט

אין תלמוד שטייט אז דוד המלך האט געהאט א הארף העכער זיין בעט וואס פלעגט אים וועקן יעדע נאכט ביי חצות, דורך א ווינטל וואס פלעגט בלאזן דערויף.

אין תלמוד שטייט אז שפילן אויף א פידל איז א קלוגשאפט און נישט א מלאכה. געוויסע חסידישע אדמור"ים וו.צ.ב. ר' מרדכ'לע נאדווערנער פלעגן שפילן אויפן פידל.