אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "השכלה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
איינעם שיינען בילד
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Haskalah Colage.jpg|קליין|300px|פארשידענע משכילים.]]
{{יידן און יידישקייט}}
'''השכלה''' איז געווען א יידישע באוועגונג אין [[אייראפע]] סוף דעם [[18טן יארהונדערט]] אין [[די נייע עפאכע|דער נייע עפאכע]] וואס האבן געהאלטן אז מען דארף זיך אויפקלערן מיט דער [[גוי]]שער [[סביבה]] כדי צו קענען זייערע [[חכמה|חכמות]] און איינעמען זייערע וועלטלעכע ידיעות און צו זיין אויסגעמישט מיט די [[גוי]]ם. די השכלה באוועגונג איז געווען פאראלעל צו דער [[אויפקלערונג]] אין דער אלגעמיינער אייראפעישער געזעלשאפט.
'''השכלה''' איז געווען א יידישע באוועגונג אין [[אייראפע]] סוף דעם [[18טן יארהונדערט]] אין [[די נייע עפאכע|דער נייע עפאכע]] וואס האבן געהאלטן אז מען דארף זיך אויפקלערן מיט דער [[גוי]]שער [[סביבה]] כדי צו קענען זייערע [[חכמה|חכמות]] און איינעמען זייערע וועלטלעכע ידיעות און צו זיין אויסגעמישט מיט די [[גוי]]ם. די השכלה באוועגונג איז געווען פאראלעל צו דער [[אויפקלערונג]] אין דער אלגעמיינער אייראפעישער געזעלשאפט.



רעוויזיע ביי 09:06, 15 יולי 2015

פארשידענע משכילים.

השכלה איז געווען א יידישע באוועגונג אין אייראפע סוף דעם 18טן יארהונדערט אין דער נייע עפאכע וואס האבן געהאלטן אז מען דארף זיך אויפקלערן מיט דער גוישער סביבה כדי צו קענען זייערע חכמות און איינעמען זייערע וועלטלעכע ידיעות און צו זיין אויסגעמישט מיט די גוים. די השכלה באוועגונג איז געווען פאראלעל צו דער אויפקלערונג אין דער אלגעמיינער אייראפעישער געזעלשאפט.

די משכילים האבן זיך בעיקר פארלייגט אויף די לערנונגען פון דקדוק און תנ"ך. און דערפאר הערשט א שטארקער אומוויסנדיגקייט אין די ענינים ביי די חסידישע יודן.

דער סאמער ערשטער משכיל ווערט גערעכנט משה מענדלסאן. וואס ער האט איבערגעטייטשט די תורה קעגן די דעת פון געוויסע גדולי ישראל. לויט טייל האבן זיינע קינדער און איינקלעך האבן זיך גע'שמד'ט פארן נישט פאלגן די גדולי ישראל שבימיו[1].

זיין איבערטייטש ווערט גערופן "ביאור". און ס'איז באקאנט אז דער חתם סופר האט געלאזט צוואה אז בספרי רמ"ד אל תשלחו יד, און ווי אנדערע צדיקים האבן שטארק מקפיד געווען דאס צו פארניכטן כאטש אויבנאויף איז דארט נישט געשטאנען קיין אפענע זאכן קעגן יודישקייט.

משה מענדלסאן (אדער משה דעסויער [אין קורצן רמ"ד] ווי מען האט אים גערופן) זעלבסט איז אפיציעל געווען א שומר תורה ומצוות, אבער זיינע נאכפאלגער די משכילים זענען געגאנגען א טריט ווייטער. זעהענדיג ווי דאס אידישער פאלק ליידט אסאך אין גלות ביי די גוים, האבן זיי געהאלטן אז אויב מען וועט זיך אויסמישן מיטן גוי און זיין אזוי ווי אים וועט זיי דער גוי נישט האסן, און עס וועט זיך אויפהערן דאס אנטיסעמיטיזים.

דאס האט זיך אבער ארויסגעוויזן אלס גאר גרויסער גרייז. ווען דוקא פון דייטשלאנד איז ארויסגעקומען דאס גרעסטע אנטיסעמיטיזים וואס איז נאר אמאל געווען. און זאגאר משומדים און האלבע גויים האט מען אויך נישט פארשוינט. ווייל הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב, און ווען מען פראבירט זיך צו דערנענטערן צו אים שטויסט ער נאך מער אפ.

אין שנת ה'תרו איז געווען א גרויסע אסיפה אין דייטשלאנד ווי די גערמאנישע משכילים האבן מתיר געווען אז מען מעג חתונה האבן מיט גוים, דאס האט שפעטער געפירט צו א שוידערליכע התבוללות, אט די משכילים זענען געווען דער וועג ווייזער פאר די רעפארמער און קאנסערוואטיווע. און דערפאר איז היינט אזוי גרויס די ראטע ביי די רעפאמער וואס זיי האבן חתונה מיט גוים.

א משכיל איז טייטש אן אויפגעקלערטער געלערנטער מענטש.

ווען די וועלט איז געווארן אויפגעקלערט האבן זיך אסאך יידן מיטגעכאפט און זענען אויך געווארט אויפגעקלערט, און אנגעהויבן טראכטן ווי אלע פעלקער'ס געדאנקען גאנג.

פון דעמאלטס אן רופט מען אן ביי די פרומע יודן, א מענטש וואס איז אויפגעקלערט און ער גייט נישט מיטן שפאן ווי די פרומע עהרליכע, ער איז א משכיל, אן אויפגעקלערטער.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. (ר' עקיבא יוסף שלענזינגער אין זיין פי' אויפן צוואות החת"ס)