אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פסקי רב מרדכי"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''פסקי רב מרדכי''', וועלכער ווערט געווענליך גערופן סתם '''מרדכי''', איז א הלכה'דיגער ליקו...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 06:16, 5 פֿעברואַר 2015

פסקי רב מרדכי, וועלכער ווערט געווענליך גערופן סתם מרדכי, איז א הלכה'דיגער ליקוט ספר נתחבר דורך רבי מרדכי בן הלל פון די חכמי אשכנז א דור נאך די בעלי התוספות וועלכער איז געווען ווי דער אשכנזישער שלחן ערוך בעיקר אינעם פופצנטן יאהר-הונדערט.

דער רמ"א האט געשריבן הגהות אויף דעם ספר און פארלאזט זיך אויף איהם אסאך אין זיינע ספרים, תשובות און הגהות אויפן שלחן ערוך. דער בית יוסף האט עס אויך גענוצט אלס איינע פון זיינע מקורות פארן שלחן ערוך.

דער ספר גייט אויפן סדר פונעם רי"ף וואו ער ברעהנגט די הלכות פונעם תלמוד אין צוגאב צו פילע תשובות, מנהגים און פסקים פון די פריהערדיגע אשכנזישע ראשונים, ווי רבינו גרשום און נאך, ביז צו די חכמי דורו וואו ער ברעהנגט אסאך פון זיינע רבי'ס ווי דער מהר"ם מראטנבורג און נאך. בסך הכל ציטירט ער אין דעם ספר פסקים פון איבער דריי הונדערט פארשידענע רבנים און גדולים.

דער ספר האט פארמאגט נאך אין זיין צייט א גרויסע חשיבות און איז איבערגעשריבן געווארן פילע מאל, וואס דערפאר איז נאטורליך אריינגעפאלן אסאך גרייזן. ווי אויך איז עס שפעהטער אריינגעדרוקט געווארן ביים סוף פון די ש"ס'ן. מען קען דערפון אויך אסאך לערנען איבער די היסטאריע פון יענע צייט.

ווערסיעס

דער ליקוט איז פארפאסט געווארן דורך רבי מרדכי אבער איז אפגעשריבן געווארן דורך זיינע תלמידים, טייל דערפון שוין נאך זיין טויט. דערפאר איז טייל פון די פסקים אינעם מרדכי ליקוטים וואס זענען געשריבן געווארן דורך אנדערע חכמים און זענען אריין אינעם ספר.

אזוי ארום איז מיט די צייט פון דעם ספר געשאפן געווארן צוויי מהודורות: מרדכי הארוך פון די בני עסטרייך וועלכער איז מער ווי הגהות אויף די הלכות פונעם רי"ף און מרדכי הקצר פון די בני ריינוס (דייטשלאנד) וואס איז ווי א צוגאב צום רי"ף. אין די ש"ס'ן איז אריינגערוקט געווארן די הלכות פון די בני ריינוס. טייל פון די פסקים פון די גרעסערע מהודרה זענען מיט-די-צייט אריין אינעם קורצערן ווערסיע און געדרוקט געווארן אונטערן נאמען הגהות מרדכי דורך רבי שמואל בן אהרן פון Schlettstallt.

דער חיד"א שרייבט אז ער האט געזעהן דעם כתב יד פונעם גרויסן מהודורה און עס האט אויך "הלכות ארץ ישראל וחלה", ליקוטים איף פרק "אלו הלוקין" פון מסכת מכות, פרק "אלו הנשרפין" פון מסכת סנהדרין און אויף מסכת זבחים וואס דאס אלעס איז נישט דאן געווען אין די דרוקן. אויך שרייבט ער אז דער פירוש אויפן הלכות קטנות וואס איז געדרוקט ביי אונז, איז נישט פונעם מרדכי.

דער מרדכי אויף פרק ערבי פסחים באלאנגט אויך נישט צו דעם ספר הלכות. מען איז משער אז ער האט עס מסדר געווען ווי א תוספות פאר זיין רבי'ן רבינו פרץ און ס'איז בטעות אריין אין זיין חיבור.

דרוקסאגראפיע

אין יאהר ה'רמ"ד מיטן ערשטן דרוק פון די פראנצויזיש-אשכנזישע גמרא האט מען אויך ארייגעדרוקט דעם מרדכי אינעם זעלבן באנד און אזוי אויך שפעהטער אין ה'רס"ט צוזאמען מיטן רי"ף.

אין ה'ש"כ האט מען געדרוקט באזונדער דעם מרדכי אויף גאנץ ש"ס.

פירושים

וועב לינקען