אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל יעקב קאהן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 32: שורה 32:
* הינדא, ווייב פון הרב נפתלי יחזקאל שרגא בראך, זון הרב אפרים פישל אב"ד [[נירמאדע|מאדע]]
* הינדא, ווייב פון הרב נפתלי יחזקאל שרגא בראך, זון הרב אפרים פישל אב"ד [[נירמאדע|מאדע]]
* הענטשע סירקא, ווייב פון הרב משה הורוויץ, זון פון רבי אביש פון [[מעליץ (הויף)|מעליץ וויליאמסבורג]]
* הענטשע סירקא, ווייב פון הרב משה הורוויץ, זון פון רבי אביש פון [[מעליץ (הויף)|מעליץ וויליאמסבורג]]
* דבורה סערל, ווייב פון רבי משה יעקב הורוויץ פון [[ספינקא (הויף)|בורשא]]
* דבורה סערל, ווייב פון רבי [[משה יעקב הורוויץ]]. [[ספינקא (הויף)|ספינקא]] רבי פון עירמאנט
* פרומט גליקל, אלמנה פון הרב [[אריה לייבוש טייטלבוים (וואלאווע)|לייבוש טייטלבוים]] הי"ד (זון פון רבי נחום אפרים פון [[וואלאווע]]), אומגעקומען תשס"ט אין דער [[טעראר אטאקע אין מומביי (2008)|מומביי טעראר אטאקע]].<ref>[[אידישע טריבונע]], אויסגאבע 1952 (ז' כסלו תשס"ט)</ref> {{הערה|1=‏מוטי ארגמן, [http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=7555&cat_id=1 הקדוש רבי אריה ליבוש טיטלבוים הי"ד], חדשות [[בחדרי חרדים]], 29 בנובמבר 2008.}}. זי האט געהייראט בזיווג שני רב יהודה קלמן פרענקל, זון פונעם רב פון [[וויעליפאלי]]-[[פלעטבוש]].

* הרב חיים מאיר, איידעם ביי הרב [[מאיר בראנסדארפער]], רב דער קהילה אין ביתר עילית
* הרב חיים מאיר, איידעם ביי הרב [[מאיר בראנסדארפער]], רב דער קהילה אין ביתר עילית

רעוויזיע ביי 22:36, 23 דעצעמבער 2014

דער רבי איינגעבויגן מיט אן הויקער ווי דער פאטער זיינער...

רבי שמואל יעקב קאהן (געב' ט"ו אלול ה'תש"ג) איז דער תולדות אברהם יצחק רבי. ער איז דער עלטסטער זון פון דעם פריערדיקן תולדות אהרן רבי.

ביאגראפיע

רבי שמואל יעקב קאהן איז געבוירן געווארן אין תש"ג צו זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן, דער רבי פון תולדות אהרן, און זיין ווייב מרת יענטא.

ווען ער איז געווען א בחור, האט תולדות אהרן נישט געהאט קיין ישיבה, האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען קיין וויזשניץ (הויף(, ווייל דער זיידע רבי אהרן ראטה, האט געזאגט אז ער איז צוריק געפארן קיין חוץ לארץ, ווייל אויב אזא צדיק ווי דער אהבת ישראל געפינט זיך נאך אויף דעם עולם, האט ער נישט געקענט בלייבן אין ארץ ישראל.

ער האט געלערנט אין וויזשניץ איין זמן, דארט האט ער מקבל געווען פון דעם אמרי חיים און דאס וואס ער האט מקבל געווען, איז ביי אים געבליבן, און פאר דעם האבן רוב חסידים פון תולדות אהרן אים נישט געוואלט אויפנעמען, אבער א חלק חסידים זענען געבליבן ביי אים מיט נאמען "תולדות אברהם יצחק"

שבת ברענט ער ווי א קאכעדיג קעסל, א געוואלדיגער עולם ווארמען זיך ביי די טישן אין תולדות אברהם יצחק יעדן שבת, בחורים פון ישיבות אין ירושלים, און מאסן מאסן יונגעלייט, האבען געמאכט דארט זייער קביעות, אסאך רופן אים דער "ירושלים רבי", אדער דער "שבת רבי".

אויך ווען ער קומט קיין ניו יארק, שטייען טויזנטער אידן ביי זיינע טישן שעות שעות, ביז 3 אזייגער ביינאכט.

אסאך גרויסע עשירים אין ניו יארק פון פארשידענע קרייזן, האבען זיך אנגעקלעבט אין תולדות אברהם יצחק רבי.

ער פלעגט לערנען אסאך קבלה מיט ר' דניאל פריש ז"ל.

רוב חסידים פון תולדות אהרן האבן אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר ממלא מקום, טראץ זייענדיג דער עלטסטער זון, צוליב פילע פאקטארן ווי פאלגנד:

  • זייענדיג א וויזשניצער חסיד.
  • זיך נישט דורכגעקומען מיט די גבאים פון טאטן וואס האבן השפעה אויף די חסידות.
  • האט זיך ארומגענומען און מקרב געווען די אפגעפאלענע וועגן פארשידענע סיבות.

זיינע חסידים האבן אים אבער יא געוואלט זייענדיג דער עלטסטער קומט זיך אים לויט ווי עס איז אנגענומען אז דער בכור האט מער חשיבות.

משפחה

רבי שמואל יעקב האט געהייראט די טאכטער פון הרב ישעיה שנייבאלג פון בני ראם. זיי האבן זעכצן קינדער:

וועבלינקען

מקורות

  1. אידישע טריבונע, אויסגאבע 1952 (ז' כסלו תשס"ט)
  2. ‏מוטי ארגמן, הקדוש רבי אריה ליבוש טיטלבוים הי"ד, חדשות בחדרי חרדים, 29 בנובמבר 2008.