אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספינקא (הויף)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ←‏די הורוויץ משפחה פון ספינקער רביס: צוגעלייגט ספינקא רבי פון מאנסי
שורה 39: שורה 39:
*** ר' [[בעריש הורוויץ]] ז"ל, (בן שמואל צבי), אדמו"ר בית שמואל צבי מספינקא [[וויליאמסבורג]].
*** ר' [[בעריש הורוויץ]] ז"ל, (בן שמואל צבי), אדמו"ר בית שמואל צבי מספינקא [[וויליאמסבורג]].
**** ר' [[יוסף מאיר הורוויץ]] שליט"א, (בן בעריש), אדמו"ר בית שמואל צבי מספינקא [[וויליאמסבורג]].
**** ר' [[יוסף מאיר הורוויץ]] שליט"א, (בן בעריש), אדמו"ר בית שמואל צבי מספינקא [[וויליאמסבורג]].
**** ר' [[משה יעקב הורוויץ]] שליט"א, (בן בעריש), אדמו"ר אהלי צבי מספינקא [[עירמאנט]]
*** ר' [[אביש הורוויץ]] שליט"א, (בן שמואל צבי), אדמו"ר בית יצחק ספינקא [[וויליאמסבורג]].
*** ר' [[אביש הורוויץ]] שליט"א, (בן שמואל צבי), אדמו"ר בית יצחק ספינקא [[וויליאמסבורג]].
*** ר' [[אייזיק הורוויץ]] שליט"א, (בן שמואל צבי), אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא [[וויליאמסבורג]].
*** ר' [[אייזיק הורוויץ]] שליט"א, (בן שמואל צבי), אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא [[וויליאמסבורג]].

רעוויזיע ביי 22:22, 23 דעצעמבער 2014

ספינקא איז דער נאמען פון א דארף אין מאראמאראש ווי די ספינקער רביס האבן געפירט און דאס ספינקא חסידות איז געבוירן.

ספינקא חסידות

דער ערשטער ספינקער רבי איז געווען רבי יוסף מאיר ווייס בעל אמרי יוסף. דערנאך האט איבערגענומען זיין זון דער "חקל יצחק", רבי יצחק אייזיק ווייס; ער איז געהרגעט געווארן דורך די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג.

רבי נחמן כהנא, איידעם פונעם "אמרי יוסף", האט מחבר געווען א ספר "אורחות חיים". זיין זון, רבי צבי הירש כהנא, אן איידעם ביי רבי ברוך פון בריזדאוויטש (פון דער ראפשיצער דינאסטיע, איז געווען רב אין דער שטאט ספינקא. די נאציס האבן אים דערמארדעט ביים חורבן אייראפע אין חודש סיוון תש"ד.

רבי צבי הירש'ס עלצטער זון, רבי נחמן כהנא, איז געבוירן געווארן אין תרס"ה. ער איז געווען דער איידעם פון זיין פעטער רבי יעקב ישראל וישורון רובין פון סוליצא. זיינע איידעמעס זענען רבי משה פון וואוידיסלאוו און רבי נפתלי פון מעליץ.

נאך א זון פון רבי צבי הירש איז געווען רבי מנחם מענדל, איידעם ביי רבי אברהם פון קערעסטיר. ער איז אומגעקומען אין כעלמנא מיט אלע זיינע קינדער.

נאך דער מלחמה האט דאס ספינקא חסידות זיך צעשפרייט צווישן אסאך רביס איבער דער גאנצער וועלט—ארץ ישראל, אייראפע, און אמעריקע. אין וויליאמסבורג אליין איז דא עטליכע ספינקער רביס.

צווישן די משפחה נעמען וואס רופן זיך ספינקער רבי זענען דא:

  • ווייס
  • הורוויץ
  • כהנא
  • פאללאק - בערגסאז

אויך איז דא נאך א משפחה נאמען פרידמאן וואס די זענען אולאמער־ספינקער רביס.

דער "חקל יצחק" ביי דער לויה פון מנחת אלעזר

די ווייס משפחה פון ספינקער רביס

די הורוויץ משפחה פון ספינקער רביס

די כהנא משפחה פון ספינקער רביס

נאך א ספינקא רבי איז רבי ברוך צבי רוטנר שליט"א (בן כקש"ת הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנר שליט"א מברעזיף, חתן הרה"ק רבי יוסף מאיר כהנא מספינקא ירושלים), וואס איז אדמו"ר מספינקא רמת שלמה.

(רבי מאיר אברהם אביש מבית יצחק ספינקא, איז אויך א איידעם ביי כקש"ת הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנר שליט"א מברעזיף)

די אולאמער ספינקא רביס

בערעגסאז

דער אמרי יוסף האט געהאט אן איידעם רבי אביגדור פאלאק, א זון פון רבי יונתן בנימין פאלאק, מגדולי תלמידי בעל ה"דברי חיים" פון צאנז, וועלכער האט זיך אויס געדריקט אוף רבי יונתן בנימין אז ער איז א קדוש וטהור.

אן אינטרעסאנטע זאך ווערט דערציילט אז רבי יונתן בנימין איז נסתלק געווארן יונגערהייט פון די הקפדה פון רבי אייזיקל קאמארנער, אן נעמענדיג זיך פאר כבוד רבו הדברי חיים מצאנז. די אינגע אלמנה איז געפאהרן קיין צאנז, דער דברי חיים האט איהר אן געווינטשן אז פעריל בת זיסל וועט באלט צו טרעפן א שידוך וואס זי וועט זיך נישט דארפן שעמען מיטן ערשטן מאן. וכך הוה, אין א קורצער צייט דערנאך איז געווארן דער שידוך מיט איר צווייטן מאן, דאס איז געווען דער הייליגער אמרי יוסף, וואס איז מיט א צייט פריער געווארן אן אלמן אין מונקאטש. די רביצין האט געברענגט מיט איר דעם זון רבי אביגדור, וועלכער איז געווען דעמאלטס א יתום פין פינף יאר אינגאנצן, און דער אמרי יוסף האט מיט געברענגט צוויי טעכטער צירל (אשת האורחות חיים) און מלכה. דערנאך (בשנת תרמ"ב) האבן אביגדור און מלכה חתונה געהאט, דאס הייסט אז דער אמרי יוסף האט גענומען דעם שטיף זון פאר אן איידעם, אן די רביצין האט גענומען די שטיף טאכטער פאר א שנור. דער אמרי יוסף מיט דער רביצין האבן דערנאך געהאט אויכעט שותפותדיגע קינדער, דער הייליגער חקל יצחק זי"ע הי"ד און א טאכטער אלטא חנה (בזו"ר אשת ר' אברהם יקר רובינשטיין נכד המהרש"ם מברעזאן ובזו"ש אשת מהרי"ם מקאמארנא).

רבי אביגדור איז געווען באוואוסט ווי א קדוש עליון און א מתמיד עצום, פערציג יאר האט ער זיך נישט אריין געלייגט אין א בעט, ביי די שפעטערדיגע שעות פון די נעכט פלעגט ער האלטן א פעקל שליסלען אין די הענט אין אזוי געזיצן און געלערנט, כדי טאמער וועט ער חלילה איין שלאפן וועלן די שליסלען אראפ פאלן וועט ער זיך אזוי באלד אויף וועקן. נאך דער הסתלקות פון אמרי יוסף איז ער געבליבן אין ספינקא, אבער פון רוב שפלות אין ענוות קדשו איז ער אנטלאפן פון יעדן כבוד וועלכער איז געווען פאר אים די גרעסטע גנאי, חסידים מיטן רבין אליין - דער (יונגערער) ברודער (פֿון איין מאמע) דער חקל יצחק פלעגן אים נאך גיין מיטן גרעסטן כבוד, אבער ער איז אנטלאפן פֿון דעם ווי פֿון פייער, דער חקל יצחק פלעגט זיך אויס דריקן אז די משנה כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו איז ספעציעל אוף אים געשריבן געווארן. דער ספה"ק "אמרי יוסף" האט ער צוזאמען מיטן ברודער דעם חקל יצחק איבער געארבעט, ווי עס ווערט דערמאנט אין דער הקדמה. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין סיגעט, דארט איז ער געווען דער שיינער איד אין די ספינקא קלויז, ספינקער חסידים אין סיגעט האבן אים אויס געהאלטן בדרך כבוד. ער האט נישט גערעדט קיין שום שיחת חולין נאר בלית ברירה פלעגט ארויס זאגן די ווערטער: נא,,, נו,,, וכדו'.

ואלה תולדותיו:

  • רבי שמואל צבי.
  • רבי חיים אברהם פון בערעגסאז וואס איז נסתלק געווארן על פני אביו און האט איבער געלאזט צוויי קינדער:
    • רבי יוסף מאיר הי"ד מבערגסאז (נפ' ד' אלול תש"א)
    • הרבנית אסתר לאה הי"ד.
  • רבי יונתן בנימין.

צו דער חתונה פֿון דעם אייניקל רבי יוסף מאיר (וואס איז געווען א יתום פון טאטע אין מאמע) וועלעכער איז געווען אין בערגסאז איז דער גרויסע זיידע נישט געפאהרן היות בערגסאז איז געווען דעמאלטס אונטער די הערשאפט פון טשעכסלאוואקיע און סיגעט אין ראמעניא און אריבער צו גיין דעם גרעניץ האט מען געדארפט צום פאספארט מאכן א בילד האט ער ליבערשט מוחל געווען דאס באשיינען די חתונה און דער ברודער דער חקל יצחק זי"ע איז געווען עומד מצד נכד אחיו החתן. אזוי אויך ביי די חתונה פון זיין שוועסטער אסתר לאה מיט האדמו"ר רבי נפתלי צבי לאבין, האט דער חקל יצחק באשיינט בראש המסובים.

הגה"ק רבי אביגדור האט מאריך ימים געווען ביז י"ג שבט תרצ"ו לפ"ק, און מנוחתו כבוד אין די סיגעט באוהל מיוחד לחלקו.

פֿון דער גאנצער גזע לבית ספינקא דורך דעם איידעם רבי אביגדור איז געבליבן לעבן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, נאר די קינדער פון האדמו"ר רבי יוסף מאיר פאלאק פין בערגסאז.

זיין רביצין הרבנית חנה האט חתונה געהאט נאך דער מלחמה מיט דעם בעלזער רב, און זי האט מיט געברענגט אירע צוויי יתומים: רבי אברהם אלטער און ביילא חיה.

רבי אברהם אלטער האט נאך חתונה געהאט בחייו פון זיין שטיף טאטע און איז במשך די יארן געווארן באוואוסט אלס פתח תקוה רבי, דארט האט ער אוועק געשטעלט א בית מדרש מיט מוסדות תורה וחסד אין דער שטאט פתח תקוה, ער איז נסתלק געווארן (על פני אמו די בעלזער רעבצין), כ' אלול תשס"ו אין מנו"כ נעבן זיין שטיף טאטע ה אין הר המנוחות ירושת"ו.

הרבנית מרת ביילא חי' וועלכע איז שפעטער געווען די קוממיות'ער רביצין האט געהייראט רבי מנחם מענדל מענדלזאן, זי אויך נפטר געווארן על פני אמה יונגערהייט כ"א אב תשנ"א טאג פון יארצייט פון איר שטיף טאטע דער בעלזער רב און ליגט אויך במחיצתו.

קינדער פון רבי אברהם אלטער פאלאק פון בערגסאז פתח תקווה:

  • ר' יהושע זצ"ל געווען קאלבאסאווער רב אין ירושליים אין נסתלק געווארן על פני אביו בצעירותו ח"י שבט תשס"ו
  • ר' אהרן שליט"א וועלכער איז היינט בערגסאזער רבי אין אלעד, אן איידעם ביי רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא
  • ר' יוסף מאיר, בערגסאזער רבי אין בית שמש
  • ר' מרדכי, פראוועט אין דעם טאטנס ביהמ"ד אין פתח תקווה
  • ר' שלום פון בערגסאז ירושלים
  • ר' יואל
  • ר' משה
  • ר' יחזקאל

און פיר איידעמער:

ר' דוד טווערסקי רב ק"ק ראחמסטריווקא אין ירושת"ו

ר' ישעי' צבי (הירש) בריעף רב פון בימ"ד יערוסלב אין וויליאמסבורג

ר' בערצי לייפער רב פון נדבורנה פתח תקווה

ר' ישראל לייפער רב פון בערגסאז אין אלעד

רעפערענצן

וועבלינקען