אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גרשון סיראטע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''גרשון יצחק סיראָטע''' (תרל"ד - תש"ג) איז געווען פון די גרעסטע חזנים אין אייראפע בעפאר ד...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 20:54, 18 נאָוועמבער 2014

גרשון יצחק סיראָטע (תרל"ד - תש"ג) איז געווען פון די גרעסטע חזנים אין אייראפע בעפאר די צווייטע וועלט קריג.


ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין הייסין, פאדאליע.

זיין חזנישע קארעריע האט ער אנגעהויבן אין אדעס, דערנאך אין תרנ"ז איז ער געווארן חזן אין די ווילנער שטאדט-שוהל.

פון דארט איז ער געגאנגען קיין ווארשע אין די ניזוק שוהל און שפעהטער אין די בארימטע שוהל אויף די טאלאמאצקי גאס וואו ער איז געווען ביזן סוף פון זיין לעבן ווען ער איז אומגעקומען על קידוש השם דארט אין ווארשעווער געטא ווען די נאציס האבן אויפגעריסן די בונקער אויף וועלינקע גאס אין וואס ער האט זיך געפונען.

ער האט נאך זוכה געווען באערדיגט צו ווערן בקבר ישראל אין בית עולם אויף די גענשע גאס.

במשך זיין קארעריע איז ער אויך ארומגעפארן זינגען אין די בתי מדרשים און אויף קאנצערטן אין אמעריקע און ישראל.

שטימע

סיראטא האט געהאט א מעכטיגע דראמאטישע טענאר, וואס האט איהם געגעבן דער צונאמען דער יודישער קארוזאו. ווייניג חזנים קענען זיך צוגלייכן צו זיין אויסערגעווענליכע שטימע.

רעקארדירונגען

חזן סיראטא איז ווי עס הייסט, אנדערש ווי דאס מערסטע חזנים אין זיין צייט, נישט געווען א קאמפאזיטאר; אבער ער האט רעקארדירט אסאך שטיקלעך און נוסח התפלה וואס מען האט קאמפאזירט ספעציעל פאר איהם.

אין פאקט איז ער געווען פון די סאמע ערשטע צו רעקארדירן פלאטע'ס, ווען שוין אין תרס"ג טרעפט מען רעקאדירונגען פון איהם.

ער איז אויך רעקארדירט ווי ער זאגט הלל און הושענות אינעם באקאנטן יודישן פילם דער דיבוק.

זיין מערסט באוואוסטע שטיקל איז אויף רצה, פארפאסט דורך זיין דיריגענט יצחק שלאסבערג, וועלכע ער האט רעקארדירט זיבן באזונדערע מאל. (זייער אסאך פאר א רעקארד אין יענע צייט).

לינקען