אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שווייץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 126: שורה 126:


== עקאנאמיע ==
== עקאנאמיע ==
די שווייץ האט א סטאבילע הייטעק עקאנאמיע און איז זער פארמעגלעך, און ווערט פאררעכנט דאס רייכסטע לאנד אין דער וועלט לויט באפעלקערונג. די עקאנאמיע פון דער שווייץ איז די [[ליסטע פון לענדער לויט פראדוקט ווערדע|36סטע גרעסטע אין דער וועלט]] לויט [[ברוטא אינלענדישער פראדוקט|ברוטא אינלענדישן פראדוקט]] (קויפן קראפט פאריטעט).


== דעמאגראפיע ==
== דעמאגראפיע ==

רעוויזיע ביי 17:06, 30 סעפּטעמבער 2014

די שווייץ
Schweizerische Eidgenossenschaft דייטש
Confédération suisse פראנצויזיש
Confederazione Svizzera איטאליעניש
Confederaziun svizra רומאנטש
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך דייטשיש
פראנצויזיש
איטאליעניש
רומאנטש
הויפּטשטאָט בערן 46°57′N 7°27′E / 46.950°N 7.450°E / 46.950; 7.450
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פעדעראלער ראט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
1291
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
41,285 קוואַדראַט ק"מ
133
4.2%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

7,952,600 (2011)
95סט
188 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $339.890 ביליאן
וואַלוטע שווייצער פראנק
צײַט זאָנע UTC +1
אינטערנעט דאָמען ch.
טעלעפֿאָן קאָד 41+

די שווייץ (דײַטש: die Schweiz; פראַנצויזיש: Suisse; איטאליעניש: Svizzera; רומאנטש: Svizra) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע וואס איז א פעדעראלע רעפובליק פון 26 קאנטאנען. זי גרענעצט דייטשלאנד צו צפון, פראנקרייך צו מערב, איטאליע צו דרום און עסטרייך און ליכטנשטיין צו מזרח.

די שווייץ איז א נייטראל לאנד וואס האט נישט באטייליגט אין קיין מלחמות זייט 1815.[1]

דער אפיציעלער נאמען פון דער שווייץ איז די שווייצער פֿעדאראציע (לאטיין: Confoederatio Helvetica). די שווייץ האט פיר אפיציעלע שפראכן: איטאליעניש, דייטש, פראנצויזיש, און רומאנטש.

איר הױפּטשטאָט איז בערן, און די גרעסטע שטאט איז ציריך.

אין דער שווייץ געפינען זיך ביוראען פון עטלעכע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס, כולל די פאראייניגטע פעלקער.

שווייץ איז באקאנט פאר איר וואונדערבארע לאנדשאפט, מיט א סך בערג און אזערעס.

היסטאריע

שווייץ עקזיסטירט ווי א לאנד זייט אדאפטירן די שווייצע פעדעראלע קאנסטיטוציע אין 1848.

אוראלטע היסטאריע

אין דעם שטח פון דער היינטיקער שווייץ האבן געוואוינט קעלטישע שבטים שוין אין 1500 פאר דער ציווילער רעכענונג, ווי למשל די העלוועטן. אין די צייטן פון דער רוימישער אימפעריע האבן זיי אויפגענומען רוימישע קולטור און די לאטיינישע שפראך.

מיטל אלטער

נאכן איינפאל פון דער רוימישער אימפעריע האבן די גערמאנישע שבטים, די אלעמאנען און די לאמבארדן, איינגענומען דעם שטח, וואס איז שפעטער געקומען אונטער דער הערשאפט פון די פראנקען. דורכאויס די 6טער, 7טער און 8טער יארהונדערטער איז דער שטח פון דער שווייץ געווען אונטער פראנקישער הערשאפט. אבער ביים אפמאך פון ווערדון וואס האט צעטיילט די פראנקישע אימפעריע זענען די שווייצער לענדער געווארן צעטיילט צווישן מיטל פראנקיע און מזרח פראנקיע ביז אומגעפער דעם יאר 1000, ווען זיי זענען געווארן פאראייניקט אונטער דער הילהייליגער רוימישער אימפעריע.

אלטע שווייצער קאנפעדעראציע

די אלטע שווייצער קאנפעדעראציע איז געווען אן אליאנץ צווישן די טאל־געמיינדעס אין די צענטראלע אלפן. אין 1291 האט מען געמאכט אן אפמאך צווישן די קאנטאנען אורי, שוויץ און אונטערוואלדן וואס ווערט גערעכנט די גרינדונג פון דער קאנפעדעראציע.

מאדערנע תקופה

שווייץ איז נישט אינוואדירט געווארן אין קיינער פון די צוויי וועלט מלחמות.

אין 2002 איז די שווייץ געווארן א פולער מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער. שווייץ איז א גרינדער מיטגליד אין דער אייראפעישער פרייהאנדל אסאסיאציע.

געאגראפיע

מאטערהארן אין די שווייצער אלפן

די שווייץ באדעקט א שטח פון 41,285 ק"מ². 60% פונעם שטח פון דער שווייץ געפינט זיך ביי די אלפן, אין צענטער און דרום פון לאנד. די שטעט און שטעטלעך זענען מערסטנס אין צפון.

די ריין און רהאן טייכן הייבן אן אין די שווייצער בערג. די גרעסטע אזערעס אין דער שווייץ זענען גענף אזערע, קאנסטאנץ אזערע, ציריך אזערע און ניישאטעל אזערע.

בערך א הונדערט פון די בארג שפיצן אין דער שווייץ זענען העכער פון 4000 מעטער. דער העכסטער איז מאנטא ראזא (4,634 מ'); אבער דער מאטערהארן (4,478 מ') איז דער מערסט באקאנטער. ביידע ליגן אין די פענינע אלפן אין דעם קאנטאן וואלייס.

די גרעסטע שטעט זענען:

  1. ציריך
  2. גענף
  3. באזעל
  4. בערן
  5. לאזאן
  6. לוצערן

פאליטיק

די קאנטאנען פון דער שווייץ

די שווייצער קאנפֿעדעראציע איז א פֿעדעראלע רעגירונג, צעטיילט אויף 26 קאַנטאנען:

*די קאנטאנען, אזוי גערופן האלב-קאנטאנען, האבן נאר איין דעלעגאט (אנשטאט צוויי) אין דער שווייצער שטאטן ראט.

די באפעלקערונגען זענען פון 15,000 (אפנצעל אינערהאדן) און 1,253,500 (ציריך), מיט א שטח צווישן 37 ק"מ² (באזעל־שטאט) און 7,105 ק"מ² (גראבינדן). די קאנטאנען נעמען אריין אינגאנצן 2,889 מוניציפאליטעטן. אינערהאלב דער שווייץ געפינען זיך צוויי ענקלאוון: ביסינגען, וואס געהערט צו דייטשלאנד, און קאמפיאנע ד'איטאליע וואס געהערט צו איטאליע.

א געזעץ וואס ווערט דורכגעפירט אין דעם פעדעראלן פארלאמענט קען ווערן איבערגעקערט דורך א רעפערענדום, ווען 50,000 בירגער אונטערשרייבן קעגן דעם געזעץ ווערנט 100 טעג. דער רעפערענדום איז א וואל פונעם גאנצן לאנד, און א מערהייט באשליסט צי אנצונעמען דעם געזעץ צי נישט. אויך 8 קאנטאנען קענען פאדערן א רעפערענדום קעגן א פעדעראלן געזעץ.


אינטערנאציאלע אנשטאלטן

שווייץ האלט זיך נייטראל זייט 1515. ערשט אין 2002 איז זי געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, דורך א רעפערענדום. שווייץ איז אבער נישט קיין מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, און האט זיך אפגעזאגט עטלעכע מאל. דער רויטער קרייץ איז געגרינדעט געווארן אין גענף, שווייץ.

עקאנאמיע

די שווייץ האט א סטאבילע הייטעק עקאנאמיע און איז זער פארמעגלעך, און ווערט פאררעכנט דאס רייכסטע לאנד אין דער וועלט לויט באפעלקערונג. די עקאנאמיע פון דער שווייץ איז די 36סטע גרעסטע אין דער וועלט לויט ברוטא אינלענדישן פראדוקט (קויפן קראפט פאריטעט).

דעמאגראפיע

אומגעפער 8 מיליאן מענטשן וואוינען אין דער שווייץ. פון זיי רעדן 64% אלעמאניש (א דיאלעקט פון דייטשיש, וואס די שווייצער רופן "שוויצער־דייטש") אלס מוטערשפראך, אין צפון־ און צענטראל־שווייץ. 19% פון דער באפעלקערונג רעדן פראנצויזיש ווי מוטערשפראך, אין דעם מערב טייל פונעם לאנד, און 8% רעדן איטאליעניש, אינעם דרום טייל. נאר 1% פון די באוואוינער רעדן רומאנטש, אן אלטע שפראך א ביסל ענלעך צו לאטיין, אין דרום־מזרח פונעם לאנד.

קולטור

דריי פון אייראפע'ס הויפט שפראכן—דייטשיש, פראנצויזיש און איטאליעניש—זענען אפיציעלע שפראכן אין דער שווייץ. די שווייצער קולטור איז פארבונדן מיט די שכנותדיקע לענדער לויט דער שפראך. אויך איז פאראן די איזאלירטע רומאנטשע קולטור אין גראבונדן קאנטאן אין מזרח פונעם לאנד.

אין דער שווייץ געפינען זיך עטלעכע 1000 מוזייען.

ספארט

דער פאפולערסטער ספארט אין דער שווייץ איז נארטלען. אויך שטארק פאפולער איז פוטבאל און אייז האקי.

אויטאספארט פלעג פארקומען אין דער שווייץ, אבער נאכן לע מאן קאטאסטראף אין 1955 האט מען דאס פארווערט.

יידן און יידישקייט

לויט וואס ווערט באוויזן, זיינען שוין געוועזן יידן אין שווייץ אין יאר ד'תתקע"ג (1213). היינט איז דא אין שווייץ נאנט צו 15.000 יידן.

רעפערענצן

  1. Neutrality and isolationism - Switzerland - Information. swissworld.org. דערגרייכט דעם March 27, 2010.
  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא
  3. ווייטערפירן מוסטער:רא

מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:רא מוסטער:רא