אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאשקעוויל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 2 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2903973 (translate me)
מ fixing dead links
שורה 27: שורה 27:


==וועבלינקען איבער "חרדישע פאשקעווילן"==
==וועבלינקען איבער "חרדישע פאשקעווילן"==
* פראפעסער מנחם פרידמן: [http://www.biu.ac.il/SOC/so/Haredi_Pashqevil1.pdf אן אויספירליכער באשרייבונג איבער פאשקעווילען און וואנט-מודעות ב"חברה החרדית"] {{PDF}}
* פראפעסער מנחם פרידמן: [http://web.archive.org/web/20070926221543/http://www.biu.ac.il/SOC/so/Haredi_Pashqevil1.pdf אן אויספירליכער באשרייבונג איבער פאשקעווילען און וואנט-מודעות ב"חברה החרדית"] {{PDF}}
* מגן ברושי: [http://www.captain.co.il/hasite/pages/ShArtPE.jhtml?itemNo=712421&contrassID=2&subContrassID=5&sbSubContrassID=0 מנין השנאה? מהאיסיים] - א באשרייבונג אינעם צייטונג "הארץ" איבער פאשקעווילען
* מגן ברושי: [http://www.captain.co.il/hasite/pages/ShArtPE.jhtml?itemNo=712421&contrassID=2&subContrassID=5&sbSubContrassID=0 מנין השנאה? מהאיסיים] - א באשרייבונג אינעם צייטונג "הארץ" איבער פאשקעווילען
* עדי גרסיאל: [http://www.inn.co.il/newspaper.php?id=4853 די ווענט רעדן...] - א באשרייבונג אינעם צייטונג "בשבע" איבער פאשקעווילען
* עדי גרסיאל: [http://www.inn.co.il/newspaper.php?id=4853 די ווענט רעדן...] - א באשרייבונג אינעם צייטונג "בשבע" איבער פאשקעווילען

רעוויזיע ביי 21:34, 8 סעפּטעמבער 2014

לייג דא א הסבר אויפ'ן בילד

פּאשקוויל אדער פאַסקוויל מיינט דערשיינלעכע צעטליך מיט פאַלשע אדער אמת'ע לשון הרע געצילט צו באשמוצן און פארשעמן איינעם, און עס האט נישט קיין חתימה.

פאשקוויל רופט מען אין לשון הקודש מיט א מליצה "פתק אויל", דאס טייטש א נאריש צעטל.


א פאַשקוויל איז א פאַרלוימדונג אָדער שפאָט-שריפט, געשריבן מיט אַ ציל צו פאַרלוימדן אָדער באַשמוצן די ערע פון אַ געוויסן פערזאָן.

דאָס שפאָט-שריפט פאַשקוויל, געשריבן אין אַ וויציגער אויסשטעל, קען פיל מאָל טראָגן אַ בילדליכע רעפרעזענטאַציע.

"פאַסקווילאנט" (אין היימיש אידיש: "פאַשקווילאנט") ווערט גערופן דער פערפאַסער און אַרויסגעבער פון אַזאַ סאָרט צייטשריפט, וואָס איז, געווענדליך, פובליצירט אנאָנים אדער מיט א פסעוודאָנים.

אין די ערשטע צייטן פון די מאָדערענע וועלט, ווען דער באַגריף "פליגבלאַט" און "פלוג-שריפט" האָט נאָך נישט עקזיסטירט, זענען דאָס אויך באצייכנט געווארן אלס "פאַשקוויל", צוליב וואס די רעפרעזענטאַציע פון די אויסגאַבן זענען געווען אויסגעשטעלט צו בעאיינפלוסן די מאַסן.

דער נאמען "פאַשקוויל"

דער נאמען "פאַשקוויל" שטאַמט פון אַן אויסגעשניצטע סטאַטוע, פון זעכצנטן יאר-הונדערט, אין די שטאָט רוים, אונטערן נאמען: Pasquino"פאַסקעווינא". דער "פאַסקעווינא" סטאַטוע איז געווען באַדעקט פיל מיט עפיגראָמישע שריפטן אין די לאטיין שפראַך.

צוליב אירע עפיגראָמישע שריפטן איז דער סטאַטוע, אין משך פון די צייט, גאָר שנעל פאַרוואַנדלט געוואָרן צו אַ פלאַץ וואו יעדער אינדיווידואַלער, וואס האט זיך געוואלט אויסגעבן זיינע קריטיק קעגן דעם פויפסט און זיין קאַבינעט, האָט זיך אָפגעשריבן אַ פאָעטישער עפיגראם און דאָס אָנגעקלעבט אויף דעם "פאַסקעווינע" סטאַטוע. דער מנהג האָט אָנגעהאַלטן יאָרן לאַנג, ביז אין יאר 1870, ווען רוים און איטאַליע זענען געוואָרן איינס, דאַן איז דער מנהג גענצלעך בטל געוואָרן.


דער פאַשקוויל אין דער חרדישער וועלט

אין לעצטן יארהונדערט האָט זיך דער געדאַנק פונעם "פאַשקוויל" שטאַרק צושפרייט צווישן חרדישן ציבור. די היימישע פאַשקווילן זענען מיט גאָרנישט אַנדערש. זיי טראָגן געווענדליך דעם זעלבן ציל; נעמליך צו פאַרלוימדן, אָדער באַשמוצן, רבנים אָדער עסקני ציבור.



וועבלינקען איבער "חרדישע פאשקעווילן"