אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שיכון סקווירא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 34: שורה 34:
* דער היינטיגער מאכניווקער רבי - ר' [[מאכניווקא (הויף)|יושע'לע רוקח]] איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה.
* דער היינטיגער מאכניווקער רבי - ר' [[מאכניווקא (הויף)|יושע'לע רוקח]] איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה.


* רבי [[יוחנן וואזנער]] שליט"א פון [[מאנטריאל]], איז דער ראב"ד פון סקווערע חסידות און דומ"ץ פונעם סקווערן קהילה אין מאנטריאל.
* רבי [[יוחנן וואזנער]] איז דער ראב"ד פון סקווערער חסידות און דומ"ץ פון דער סקווערער קהילה אין [[מאנטריאל]].


* ר' [[מיכל שטיינמעץ]] פון די גרעסטע פוסקים אין [[בארא פארק]], ספעציעל רב פון דער '[[בוני עולם]]' ארגאניזאציע, איז א תלמיד וותיק פון סקווער.
* ר' [[מיכל שטיינמעץ]] פון די גרעסטע פוסקים אין [[בארא פארק]], ספעציעל רב פון דער '[[בוני עולם]]' ארגאניזאציע, איז א תלמיד וותיק פון סקווער.
שורה 46: שורה 46:
* ר' דוד קוויאט - בעל 'ברכת דוד', פון די ערשטע תושבים אין שטעטל.
* ר' דוד קוויאט - בעל 'ברכת דוד', פון די ערשטע תושבים אין שטעטל.


* ר' [[הערשל דיאמאנט]] זצ"ל - ראש מתיבתא דלאנדאן, איז פאר'רעכענט פון די חשובסטע סקווערע חסידים.
* ר' [[הערשל דיאמאנט]] - ראש [[מתיבתא (לאנדאן)|מתיבתא]] אין [[לאנדאן]].


* ר' יעקב יצחק גארדאן, מחבר ספרי פרדס יצחק, מהר"ם שיף המבואר, איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה און כולל.
* ר' יעקב יצחק גארדאן, מחבר ספרי פרדס יצחק, מהר"ם שיף המבואר, איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה און כולל.
שורה 62: שורה 62:


די געוועזענע '''ראשי ישיבה''' פון דער סקווערער ישיבה ומתיבתא זענען:
די געוועזענע '''ראשי ישיבה''' פון דער סקווערער ישיבה ומתיבתא זענען:
ר' [[משה גרין]] שליט"א, ר' [[אברהם חיים ברים]] זצ"ל, ר' [[דוב מאיר קרויזער]] זצ"ל.
ר' [[משה גרין]], ר' [[אברהם חיים ברים]] און ר' [[דוב מאיר קרויזער]].


דער היינטיגער חרדישער לאנדאנער רב, [[משה חיים אפרים פאדווא|הרב אפרים פאדווא]] שליט"א, איז געווען דער דיין און ראש הכולל פונעם סקוורער [[שטיבל]] אין [[אייראפע]], און פון די נאנטע [[חסידים]].
דער היינטיגער חרדישער לאנדאנער רב, [[משה חיים אפרים פאדווא|הרב אפרים פאדווא]], איז געווען דער דיין און ראש הכולל פונעם סקווערער [[שטיבל]] אין [[אייראפע]], און פון די נאנטע [[חסידים]].


==באַקאַנטע פיגורן==
==באַקאַנטע פיגורן==

רעוויזיע ביי 09:24, 26 אויגוסט 2014

שילד פון ניי סקווער

שיכון סקווירא, אדער ניו סקווער, (ענגליש: New Square) איז באקאנט אלס דאס ערשטע חסידישע שטעטל אין אמעריקע. עס איז געגרינדעט געווארן אין ווינטער תשי"ז, דורך רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווער זצ"ל. דאס שטעטל באשטייט פון סקווערער חסידים, און געפינט זיך אין דער שטאט ראמאפא, ראקלענד קאונטי, ניו יארק. היינט צו טאגס ווערט דאס געפירט דורך זיין זון, אדמו"ר רבי דוד מסקווירא שליט"א און איז באקאנט הויפטזעכליך מיט איר אטמאספערע פון עהרליכקייט און חסידישן חן.

ניו סקווער איז א ניו יארק דארף פלאצירט צפון פון הילקרעסט, מזרח פון וויאלע, דרום פון ניי העמפסטעד און מערב פון ניישטאט. ביים 2010 צענזוס האט ניו סקווער געהאט א באפעלקערונג פון 6,944.[1]


דער דומ"ץ פון שטעטל איז רבי יוסף ישראל אייזנבערגער. און די חברי בד"ץ - הגאון ר' שלום פאללאק, הגאון ר' זאב נחום גאלדמינצער. אונטער זיי זענען דא נאך מורי צדק אין כשרות און ממונות אפטיילונג א.ד.ג.

דער היינטיגער מעיאר פון ניו סקווער, איז ישראל משה שפיטצער.

א צוויי דריטל פון תושבי שיכון סקווירא, זענען בני תורה, א שיינעם חלק האבן 'הוראה', און פון די איבער צען כוללים פון סקווערער שטעטל, זענען שוין ארויסגעוואקסן גאר חשובע תלמידים, וואס זענען היינט פון די גדולי עולם.

די גאסן פונעם שטעטל

די נעמען פון די ערשטע גאסן, זענען גערופן געווארן אויף די נעמען פון אמעריקאנער פרעזידענטן, לשלומה של מלכות. די הויפט גאס פונעם שטעטל איז וואשינגטאן עוועניו, און פון דעם קען מען זיך דרייען צו זשעקסאן עוועניו, וואס פון דארט קומט מען אן קיין טאפט לעין, און ווייטער ווידער קיין וואשינגטאן, וואו מ'קען פארן קיין אייזנהאוער, אדער טרומאן און דזשעפערסאן עוועניו, וואס איז דער צענטער פונעם סקווערן הויף, שול, און חצר פונעם רבי'ן, און אנדערע ציבורישע בנינים, און ביי דער ענדער גאס געפונט זיך דער שאפינג צענטער. פון וואשינגטאן ווייטער קען מען אריינגיין צו לינקאלן עוועניו, וואס פירט אויך קיין רוזעוועלט [וואס ביים ענדע גאס איז די בית החיים] און פון דארט קיין אדאמס לעין, אדער דורך לינקאלן קיין מאנראו לעין. - דאס זענען די גאנץ עלצטע גאסן, ביים גרינדונג פונעם שטעטל.

שפעטער, אין די תש"מ יארן, איז צוגעבויעט געווארן נייע גאסן, ווי ווילסאן אונטער אייזנהאוער, קליוולאנד און העריסאן און ביוקענען, דורך דזשעקסאן עוועניו, וואס זענען שטאטיש-געבויעטע קליינע פאמיליע הייזער. מיט צען יאר דערויף, אין די תש"נ יארן, האט די ווילעדש אליינס געבויט א גאנץ נייע געגנט פון גאסן, ארום די אלטע גאסן, און אונטער וואשינגטאן און לינקאלן - אדאמס, איז אויפגעבויעט געווארן, בוש, קלינטאן, רעגן, און סוף די גאסן טרומאן און אייזנהאוער, איז געבויעט געווארן גארפילד עוועניו.

צען יארן דערויף, אין די תש"ס יארן, האט מען אנגעהויבן פריש בויען א רייהע מיט גאנץ נייע גאסן נעבן די פריערדיגע נייע גאסן, אבער זיי זענען שוין מיט יודיש-הייליגע נעמען. צווישן אדאמס און רעגן, איז אליק, וואס דארט איז אויך די מיידל שולע, און חתונה זאל. נעבן קלינטאן און בוש, איז קאריץ און שטערן(אין אנדענק פון א גרויסער נדבן - ר' חיים און זיין זון אברהם שטערן ז"ל), ווי דארט געפונט זיך די קאמפלעקס פונעם חדר. און ווידער צווישן רוזעוועלט און גארפילד, האט מען צוגעבויעט אוסטראה, זיטאמיר, בארדיטשוב, אוסטילע.

אין די תש"ע יארן, האט מען צוגעלייגט נאך פיר נייע גאסן, וואס הייסן, אניפאלי, מעזריטש, פולנאה, טיטיעוו.


וועלטלעכע געשטאלטן

די סקווערער מוסדות החינוך, ישיבה און וועלט בארימטע צען כוללים, האבן אין איר היסטאריע גאר חשובע תלמידים, וואס זענען היינט פון די גאר חשובע פערזענליכקייטן אינעם היינטיגן דור.

  • דער היינטיגער מאכניווקער רבי - ר' יושע'לע רוקח איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה.
  • דער סקאליער רבי - ר' רפאל גאלדשטיין, איז א תלמיד ישיבה פון סקווירא.
  • ר' מענדל האגער - וויזניצער רבי פון 'מרכז וויזניץ' אין ב"ב, איז א תלמיד פון סקווערער ישיבה.
  • ר' דוד קוויאט - בעל 'ברכת דוד', פון די ערשטע תושבים אין שטעטל.
  • ר' יעקב יצחק גארדאן, מחבר ספרי פרדס יצחק, מהר"ם שיף המבואר, איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה און כולל.
  • רבי געציל פריעד, משפיע און מנהל פון טעלזער ישיבה אין 'אהאיא קליוולאנד' איז א תלמיד פון דער סקווערער כולל.
  • הגאון ר' מנחם און זיין ברודער ר' אברהם סעקולע, 'סאדאוונע' רבנים אין בארא פארק.
  • ר' יודל ניישלאס - מו"ץ בעדה החרדית ירושלים, מיט זיין ברודער ר' ירמי', סערדאהעלי רב אין ב"ב.
  • ר' יושע לייפער - הרב מטעמשוואר, און נשיא מכון 'עוז והדר' העולמי.

געוועזענע כלי קודש

דער ערשטער רב אין שיכון סקווירא, איז געווען הגה"צ ר' משה ניישלאס זצ"ל - סערדאהעלער רב. נאך אים, הגה"צ ר' שמואל זלמן אפרים אונגאר זצ"ל - בן הגה"ק מקאפאוואר הי"ד.

די געוועזענע ראשי ישיבה פון דער סקווערער ישיבה ומתיבתא זענען: ר' משה גרין, ר' אברהם חיים ברים און ר' דוב מאיר קרויזער.

דער היינטיגער חרדישער לאנדאנער רב, הרב אפרים פאדווא, איז געווען דער דיין און ראש הכולל פונעם סקווערער שטיבל אין אייראפע, און פון די נאנטע חסידים.

באַקאַנטע פיגורן

באַקאַנטע פיגורן, ארױס צוקוּמען פֿון דעם שטעטל זענען:

וועלטליכע אנשטאלטן

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Profile of General Population and Housing Characteristics: 2010 Demographic Profile Data (DP-1): New Square village, New York. U.S. Census Bureau, American Factfinder. דערגרייכט דעם 3טן פעברואר 2012.


וועבלינק

41°8′23″N 74°1′42″W / 41.13972°N 74.02833°W / 41.13972; -74.02833פרמטרים בלתי־תקינים הועברו לפונקציה {{#coordinates:}}