אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סאטעליט"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ באט: fr:Satellite artificiel איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 151: שורה 151:
{{רעקאמענדירטער ארטיקל}}
{{רעקאמענדירטער ארטיקל}}


[[קאטעגאריע:אוניווערס וויסנשאפט]]
[[קאַטעגאָריע:אוניווערס וויסנשאפט]]

{{Link GA|fr}}


[[ast:Satélite (dixebra)]]
[[ast:Satélite (dixebra)]]

רעוויזיע ביי 21:40, 5 יוני 2014

סאטעליט מוזיי

א סאטעליט איז אן אביעקט וועלכע רינגלט ארום דער וועלט. צום ביישפיל די לבנה איז דער ערד'ס נאטורליכער סאטעליט. אין דעם געביט פון קאסמאס-פארן באדייט א סאטעליט א מענטשליך געמאכטן סאטעליט וואס רינגלט ארום דער וועלט פיל שנעלער ווי די לבנה און פליט אסאך נענטער צו דער ערד.

יעדער סאטעליט וועלכע רינגלט ארום דער וועלט דרייט זיך ארום און ארום אויף א פריער באשטימטן וועג וועלכע עס פאלגט נאך די גאנצע צייט. די אויסגעפלאסטערטע וועג ווערט אנגערופן די ארביט. די העכסטע פונקט צווישן דעם סאטעליט און דער ערד ווערט אנגערופן אַפאָגי און די נידעריגסטע פונקט ווערט אנגערופן פעריגי. עס זענען פאראן פארשידענע ערליי סאטעליטן און יעדער פון זיי האט אן אנדערע מיסיע. אויסנאמען זענען די דזשי-פי-עס סאטעליטן וועלכע ציילן 26 און די אירידיום סאטעליטן וועלן זענען איבער 60 אין צאל.

א סאטעליט ווערט איינמאל ארויפגעשיקט אין ספעיס און מער קומט עס נישט אראפ. אויב עס צוברעכט זיך טוישט מען דאס מיט א נייע און די אלטע בלייבט ווייטער פליען אין ספעיס אינאיינעם מיט אלע שטיקער פון געוועזענע ראקעטס און אנדערע זאכן וועלכע זענען אנגעקומען אין ספעיס און זענען קיינמאל נישט צוריק געברענגט געווארן. אלעס אינאיינעם איז פאראן א חשבון פון בערך 26,000 אביעקטן וועלכע פליען ארום אין ספעיס.

אין פאקט זענען די אלע 26,000 אביעקטן סאטעליטן וויבאלד זיי רינגלן ארום די וועלט. אבער אונז רופן מיר סאטעליטן נאר די וועלכע זענען אין באנוץ און ארבעטן פאר א פירמע, רעגירונג, אדער סיי וועלכע אנדערע ארגאניזאציע. רוב מאדערניזירטע לענדער פארמאגן אייגענע סאטעליטן אין ספעיס און אסאך גרויסע פירמעס האבן דארט זייערע אייגענע סאטעליטן. אויב איר וועט פרעגן א קינד ווער עס האט די ערשטע ארויפגעשיקט א סאטעליט אין ספעיס וועט ער געוויס זאגן אמעריקע. אין פאקט איז רוסלאנד געווען די ערשטע וועלכע האבן ארויפגעשיקט די ספוטניק סאטעליט אום אקטאבער 957'. קיינער האט אבער נישט געוואוסט דערפון און קיינער האט נישט מיטגעהאלטן וויאזוי מען האט עס ארויפגעשיקט וויבאלד עס איז געווען א סאוויעטישע סוד. די ספוטניק סאטעליטן איז געווען 23 אינטשעס גרויס און האט געוואויגן 184 פונט.

די ספוטניק סאטעליט איז באשטאנען פון א באל מיט פיר אנטענעס וועלכע די רוסישע האבן גענוצט פאר קאמיוניקאציע. אינעווייניג אינעם סאטעליט איז דאס געווען אנגעפילט מיט ניטראגען גאז וועלכע האט אויסגעברענט ביז 92 טעג און די סאטעליט איז ארויס פון באנוץ. די רוסישע האבן באלד נאכגעפאלגט מיט א צווייטע סאטעליט וועלכע האט שוין געוואויגן א האלבע טאן און איז געפלויגן אין ספעיס א האלבע יאר.

א סאטעליט ווערט ארויפגעשיקט אין קאסמאס

א סאטעליט קומט אן אין קאסמאס (אוניווערס) דורך א ראקעט אדער דורך א ספעיס שאטעל. עטליכע לענדער און אסאך גרויסע פירמעס פארמאגן די נויטיגע ראקעטן און יעדע שטיק צייט ווערט א פרישע סאטעליט פון עטליכע טאנען ארויפגעשיקט סוקסעספול.

א ראקעט איז א שפיציגע טורעם וועלכע ווערט ארויפגעשאסן מיט'ן שפיץ ארויף כדי צו פארגרינגערן די רייזע אין אונזער וועלט אטמאספערע וועלכע איז די שווערסטע טייל פון דער רייזע. איינמאל עס גרייכט די הויכקייט פון ספעיס דרייט זיך עס איבער זייטיג און עס פארט ווי א מיסיל צו מזרח זייט פון דער וועלט וויבאלד די וועלט דרייט זיך צו מזרח און דאס פארגרינגערט די רייזע. די ראקעטן הייבן זיך געווענליך אן אויסדרייען ווען זיי גרייכן די עקוואטאר פון דער וועלט וועלכע איז די העכסטע פונקט אין ספעיס און די לופט איז די דינסטע פאר די ראקעט צו מאכן דעם נויטיגן דריי. אויך די ספיד ווערט איינגעטיילט לויט די דעסטינאציע רייזע און עס ווענדט זיך פון וואו די ראקעט פארט ארויס. צום ביישפיל נאס"א פארמאגט איר הויפט לאנטש באזע אין פלארידע וועלכע געפינט זיך 28 גראד צפון פון דער ערד'ס עקוואטאר. לויט זייער חשבון דרייט זיך די וועלט בערך 894 מייל פער שטונדע העכער איר לאנטש צענטער און עס קומט אויס אז קענעדי ספעיס צענטער אז אפגערוקט מיט ספיד פון דעם עקוואטאר בערך 144 מייל פער שטונדע. (די וועלט איז א רינדיג ווי א באל. ווי יעדע באל איז די רינדיקייט ברייטער אינדערמיטן און שמעלער אונטן און אויבן דאס מאכט דער חילוק אין די שנעלקייט וואס עס דרייט זיך).

פארגעסט נישט אז אלעס איז נאר אן אפשאצונג ווייל די גאנצע עקוואטאר איז נאר אן אויסגעמאלענעם ליניע פון די וועלטס אפטיילונג צווישן צפון און דרום. מער גענויע חשבונות איז צו קאמפליצירט פאר אונז און דאס וועלן מיר לאזן פאר די נאס"א סייענטיסטן.

אויב נאס"א וואלט געהאט איר לאנטש צענטער נענטער צום עקוואטאר וואלטן זי זיך געשפארט אסאך ענערגיע וויבאלד די היינטיגע ראקעטן אדער ספעיס שאטעלס זענען זייער שווער (צענדליגער טויזענטער טאנען) צוליב די שווערע ברענשטאף טאנקען וועלכע זי טראגט אויף זיך די ערשטע מאמענטן פון די רייזע. יעצט צו מאכן די שווערע משא פליען 144 מייל פער שטונדע שנעלער פארנוצט גאר אסאך ענערגיע וועלכע איז אסאך געלט.

ווען א ראקעט גרייכט די קאסמאס הויכקייט (בערך 120 מייל ארויף) שיסט עס ארויס עטליכע קליינע ראקעטן וועלכע גלייכט אויס די ראקעט און דאן ווערט די סאטעליט ארויסגעשיקט פון די ראקעט. איינמאל די סאטעליט איז אין ספעיס ווערט ארויסגעשאסן נאך עטליכע קליינע ראקעטן וועלכע מאכן זיכער אז די סאטעליט ווערט גענוג ווייט אפגעטיילט פון די ראקעט כדי עס זאל זיך נישט צוזאמענקראכן און געשעדיגט ווערן.

א ראקעט מוז פליען כאטש 25,039 מייל פער שטונדע עס זאל קענען גרייכן א קאסמאס הויכקייט. אויב עס פליט לאנגזאמער האט עס נישט גענוג ענערגיע דאס צו שטופן ווייטער און עס וואלט אויסגעוועפט און צוריק אראפגעפאלן.


די סאטעליטן אין קאסמאס

ווי יעדער ווייסט פארמאגט די וועלט אן כוח המשכה וועלכע שלעפט אלעס אראפ צו די ערד. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן גראוויטי. אין ספעיס (ספעיס מיינט העכער די וועלט'ס אטמאספערע) איז נישט פאראן קיין גראוויטי און דערפאר קען מען דארט ארומגיין און דער לופטן וויבאלד גארנישט שלעפט נישט אראפ. די סאטעליטן פליען אין א נידעריגערע פונקט אין ספעיס וואו די גראוויטי איז נאך יא פאראן אין זייער א קליינע מאס.

אגב, דאס וואס מען זאגט אז עס איז נישט פאראן קיין גראוויטי אין ספעיס איז א טעות עס איז געוויס יא פאראן גראוויטי אין די גאנצע יוניווערס נאר עס איז נישט פאראן קיין אטמאספערע דאס צו שפירן און די גראוויטי ציט נישט צו א דעסטינאציע נאר ענדערש ארום און ארום אין ספעיס. זע מער וועגן גראוויטי.

פארוואס?

יעדע סאטעליט דארף פליען ווייל אויב נישט וואלט דאס נישט געקענט בלייבן אין באנוץ ממה נפשך, אויב וואלט עס געשטאנען צו הויך אין ספעיס וואלט עס אוועקגעפלויגן העכער און העכער און אויב וואלט עס געווען צו נידעריג אין ספעיס וואלט עס די גראוויטי אראפגעשלעפט צו די ערד. די איינציגסטע וועג דאס זאל ארבעטן איז דורכדעם וואס עס פליט ביי א געוויסע הויכקייט פונקט מיט א געוויסע שנעלקייט. די הויכקייט פונקט פון א דורכשניטליכע סאטעליט איז 150 מייל העכער די ים אויבערפלאך און די שנעלקייט איז 17,000 מייל פער שטונדע.

ווען די סאטעליט פליט ווערט געשאפן א כוח וועלכע ווערט גערופן אינערטיע. (דאס איז די זעלבע כוח וואס האלט א פליגער אין דער לופטן און אזוי אויך יעדע אביעקט וואס איר וואלט געווארפן און וואלט געפלויגן עטליכע מעטער). די כוח לאזט נישט די גראוויטי פון די ערד דאס אראפשלעפן אבער אין דער זעלבער צייט איז דאס גענוג שטארק צוריק צו האלטן עס זאל נישט ארויפפליען העכער און אזוי בלייבט עס ביי א געוויסע הייך די גאנצע צייט כאטש עס דארף גיין העכער און נידעריגער ווען עס דרייט זיך ארום די וועלט.

דאס איז דער באלייפיגער חשבון מיט א געווענליכע סאטעליט וועלכע רינגעלט ארום די וועלט. עס זענען אויך פאראן סאטעליטן אין ספעיס וועלכע זענען פיל העכער און שטייען העכער א געוויסע פונקט פון די וועלט די גאנצע צייט.

לויט דעם חשבון קומט אויס אז ווי נענטער א סאטעליט איז צו די ערד אלס שנעלער דארף דאס פליען אז די וועלט'ס גראוויטי זאל איר נישט אראפשלעפן. (א פליגער איז נישט פאסיג אין דעם חשבון כאטש א פליגער פארט פיל לאנגזאמער, ווייל א פליגער פארט אויף איר אייגענעם כוח, פארברענענדיג הונדעטער גאלאנען ברענשטאף, ווען א סאטעליט פליט מיט די אטמאספערע פון ספעיס). סאטעליטן דארפן זיך געפינען וואס נענטער צו די וועלט אז זיי זאלן קענען סערווירן די קאמיוניקאציע און אנדערע זאכן מיט וועלכע מיר באנוצן זיך מיט איר.

א וועטער סאטעליט דארף אבער זיין פיל העכער אין ספעיס וויבאלד עס דארף מעסטן פארשידענע זאכן ביי יענע הויכקייט. דערפאר שטייט די וועטער סאטעליט ביי א הויכקייט פון 22,223 מייל העכער די ים אויבערפלאך (דאס איז בערך 200 מאל אזוי הויך ווי א געהעריגע סאטעליט). ביי יענע הויכקייט פעלט זיך נאר אויס א שנעלקייט פון 7,000 מייל פער שטונדע זיך צו האלטן אין דער לופטן. צוליב איר הויכקייט איז איר רינגל ארום די וועלט פיל גרעסער און עס רינגעלט נאר ארום די וועלט איינמאל אין 24 שטונדן. וויבאלד די וועלט דרייט זיך אויך און קומט צוריק צו די זעלבע פונקט יעדע 24 שטונדן קומט אויס אז די סאטעליט שטייט ביי דעם זעלבן פונקט יעדע מינוט ווען אין פאקט פליט עס טויזענטער מיילן פער שטונדע.

נאך א ביישפיל איז די לבנה וועלכע געפינט זיך 240,000 מייל העכער די ערד. אזא הויכע רייזע ארום די וועלט איז גאר גרויס און מיט א שנעלקייט פון 2,300 מייל פער שטונדע מאכט עס איין רינג יעדע 27.3 טעג.

ווי העכער א סאטעליט געפינט זיך אין ספעיס אלס לענגער קען זיך דאס האלטן דארט. די סאטעליטן וועלכע פליען נאנט צו די ערד קלאפן זיך אן מיט די וועלט'ס אטמאספערע פון צייט צו צייט און יעדעס מאל ווערט עס אביסל מער אראפגעשלעפט ביז עס פאלט גענצליך אריין אין די וועלטס אטמאספערע וואו עס ווערט פארברענט. אבער אין די הויכע ספערן איז נישט פאראן דעם פראבלעם און א סאטעליט קען דארט פליען לויט זייער שאצונג פאר הונדערטער יארן.

ווען א סאטעליט קומט אן אין ספעיס פארמאגט זי עטליכע קליינע ראקעטן אויף זיך וועלכע ווערן גענוצט דורך אירע קאנטראלירער צו מאכן ענדערונגן ארויף אדער אראפ. ווען אירע קאנטראלירער באשטעטיגן אז זי האט דעגרייכט די באשטימטע הויכקייט לאזט מען איר לויפן.

די סייענטיסטן דארפן אויסרעכנען די בעסטע צייט אין טאג ווען די סאטעליט זאלן אנקומען אין ספעיס, געוואנדן לויט די וועטער און פארשידענע אנדערע זאכן. די ראקעט דארף ארויסגעשאסן ווערן גענוי בעפאר די צייט וואס עס וועט געדויערן די רייזע כדי עס זאל אנקומען אין ספעיס צו די באשטימטע מינוט.


סאטעליט סארטן

מילסטאר-א קאמוניקאציע סאטעליט

סאטעליטן קומען אין פארשידענע פארעמען און גרייסן, געוואנדן צו וואס זיי ווערן גענוצט. לאמיר נעמען עטליכע ביישפילן:

וועטער סאטעליטן העלפן די מעטעאראלאגן (וועטער עקספערטן) צו קענען פאראויסזאגן די וועטער פאר די קומענדיגע טעג דורך רעקארדירן די וועטער ארום די ערד קוגל און אויסרעכענען ווילאנג עס וועט געדויערן אנצקומען צו א צווייטע פלאץ. די וועטער סאטעליטן קומען אויסגעשטאט מיט סאפיסטיקירטע קאמעראס וועלכע שיקן אראפ בילדער פון וואס עס גייט פאר אויף די וועלט.

קאמיוניקאציע סאטעליטן זענען מער סאפיסטיקירט וויבאלד זיי פארמאגן הונדערטער טויזענטער טרענספאנדער וועלכע באקומען קאמיוניקאציע סיגנאלן פון די ערד און שיקן עס צוריק אראפ צו א צווייטע פלאץ אויף די ערד מיט אן אנדערע פריקווענסי.

סייענטיפישע סאטעליטן ווערן גענוצט אויסצורעכנען פארשידענע סייענטיפישע זאכן פון ספעיס און די גלגלים. א דאנק די סאטעליטן קענען די ספעיס סייענטיסטן שטודירן און מאכן פארשריט אין קאסמאס. דער מערסט באקאנטער וויסנשאפטלעכער סאטעליט איז די הובל ספעיס טעלעסקאפ אבער עס זענען פאראן צענדליגער אנדערע וועלכע ווערן גענוצט פאר די זעלבע צוועק.

נאוויגאציע סאטעליטן ווערן גענוצט צו העלפן שיפן און פליגער נאוויגירן ארום דער ערד. היינט קומען זיי צו הילף אויך פאר אויטאס און אנדערע דזשי-פי-עס דעווייסעס וועלכע צייגן וואו אויף די וועלט מען געפינט זיך. עס זענען פאראן צוויי סארט נעוויגאציע סאטעליטן: דזשי-פי-עס און נאווסטאר.

ערד אבזערוואציע סאטעליטן זענען געמאכט צו אבזערווירן די אויסשטעל פון דער ערד. די סאטעליטן ווערן גענוצט צו מאכן מאפעס, מעסטן די ערד'ס טעמפעראטור, און אנדערע זאכן וועלכע טוישן זיך פון צייט צו צייט.

אויסער די אלע ציווילע סאטעליטן זענען פאראן א רייע מיליטערישע סאטעליטן וועלכע'ס מיסיעס איז א סוד. קיינער ווייסט נישט וויפיל זיי זענען אין צאל און וואס יעדע פון זיי טוען דארט.

אלע סאטעליטן פארמאגן א הויפט קערפער וועלכע אנטהאלט די אלע דעווייסעס. די קערפער איז געמאכט פון שטארקע אייזן עס זאל קענען אויסהאלטן די לאנטש וועלכע איז ווי א שטארקע אויפרייס. יעדע סאטעליט פאמאגט א סאלאר פאנעל וועלכע ציט אריין סאלאר ענערגיע פון די זון און עס נוצט א באטערי בעקאפ אין פאל די סאלאר קראפט גייט אויס. געוויסע סאטעליטן נוצן פיול סעל טעכנאלאגיע און אמאל פלעגט מען אפילו נוצן נוקלעראע ענערגיע.

יעדע סאטעליט שיקט באריכטן פון איר קערפערשאפט צו די ספעיס צענטער אויף די ערד וועלכע האט איר ארויסגעשיקט. אמאל מאכט זיך אז עפעס ווערט צובראכן און מען שיקט ארויס א ספעיס שאטעל מיט אסטראנאטן וועלכע קריכן ארויף אויף די סאטעליט און פאררעכטן דאס.

קליינע סאטעליטן שטארבן אפ מיט דער צייט און מען שיקט ארויף נייע אבער די גרויסע סאפיסטיקירטע סאטעליטן זענען זייער טייער און געדויערט לאנג צו פראדוצירן. די סארט סאטעליטן ווערן פראדוצירט צעביסלעך און פון צייט צו צייט לייגן די אסטראנאטן צו נאך א טייל ביז עס ווערט גענצליך פארטיג.

סאטעליט ארביט פאזיציעס

עס זענען פאראן איבער טויזענט סאטעליטן פון אלע סארטן וועלכע פליען ארום אין ספעיס צו יעדע צייט און דאס ווערט מער און מער פון יאר צו יאר. (האט נישט קיין מורא עס איז פאראן גענוג פלאץ אפילו פאר מיליאנען). די גרעסטע אין צאל זענען די וועטער, קאמיוניקאציע, און טעלעוויזיע סאטעליטן וועלכע ציילן הונדערטער און פליען ביי א הויכקייט פון 22,223 מייל העכער די ערד, דאס איז בערך א צענטל די הויכקייט פון די לבנה. יענע ארט ווערט גערופן אין די סייענטיפישע וועלט אלס די סאטעליט פארקינג סטריפ צוליב די פילע סאטעליטן וועלכע שפרייזן דארט ארום. דאס פלאץ איז פונקט העכער דער עקוואטאר פון די וועלט און די סאטעליטן שטייען העכער איין ארט פון די וועלט די גאנצע צייט, ווי מיר האבן דערמאנט אינעם פאריגן ארטיקל אז זיי צירקולירן די וועלט איינמאל אין 24 שטונדן און וויבאלד די וועלט דרייט זיך אויך ארום איינמאל אין 24 שטונדן קומט אויס אז עס געפינט זיך אויף די זעלבע פלאץ די גאנצע צייט.

דערנאך זענען פאראן א רייע סאטעליטן פון פארשידענע סארטן וועלכע פליען 400 מייל העכער די ערד און גייען ארום די וועלט עטליכע מאל פער טאג. די ספעיס שאטעלס פון נאס"א פארט אויך בערך אויף די זעלבע הויכקייט (צווישן 250 און 400 מייל). צום לעצט זענען פאראן די סאטעליטן וועלכע ווערן גענוצט פאר נעוויגאציע, מאפעס, און פאטאגראפיע, וועלכע פליען אין די פאלאר ארביט וואס מיינט אביסל העכער די וועלטס צפון העכסטע ארט וועלכע איז די נארט פאל. די סאטעליטן פארן נישט אזוי שנעל און שטייען אויך העכער איין פלאץ העכער די וועלט וויבאלד עס דרייט זיך ארום די וועלט די זעלבע שנעל ווי די וועלט דרייט זיך אין ספעיס. דאס קומט אויס אז רוב וועלט (אויסער די עק דרום טייל) גייט דורך אונטער די סאטעליטן זייער נאנט.

וויבאלד עס זענען פאראן אזויפיל סאטעליטן אין ספעיס איז פאראן א קאנטראל צימער אין אלע לענדער וועלכע האבן סאטעליטן אין ספעיס כדי זיכער צו מאכן אז איינס קראכט נישט אריין אין די אנדערע און די סיגנאלן קלאפן זיך נישט אן איינע די אנדערע.

נאס"א האט א גענויע חשבון פון יעדע סאטעליט וואו עס געפינט זיך יעדע סעקונדע אין טאג און עס איז פאראן א סאפטוועיר מיט וועלכע יעדער קען אויסרעכנען ווען א סאטעליט וועט זיין העכער זיין קאפ. אויב זיי דארפן האבן א בילד אדער אנדערע דאטא פון א געוויסע פלאץ פון די וועלט וועלן זיי ווארטן ביז די סאטעליט קומט אן צו יענע ארט און דאן וועט מען סיגנאליזירן די סאטעליט זאל נעמען די אינפארמאציע וועלכע ווערט דערנאך אראפגעשיקט צו די ספעיס סטאנציעס דא אונטן אויף די ערד.

אויב א מענטש ווייסט גענוי ווען א סאטעליט וועט פליען העכער זיין קאפ קען מען דאס זען מיט א טעלעסקאפ נאר ביינאכט און נאר אין א נאכט ווען די לבנה שיינט נישט צו שטארק.

אט איז א ליסטע פון רוב סאטעליטן וואו הויך העכער אונז זיי געפינען זיך:

די נידעריגסטע סאטעליטן קענען פליען צווישן 80 און 1,200 מייל העכער אונזערע קעפ. (אונז מיינט אמעריקאנער וועלכע זענען נישט ווייט פון דעם עקוואטאר). די נידעריגסטע סאטעליטן זענען אבזערוואציע סאטעליטן וועלכע ווערן גענוצט פאר מאפעס, כאפן בילדער, ענווייראמענט שאצונגן, און אלע סארט זוכונגן וועלכע ווערן באשטימט דורך א סאטעליט ווי זוכן פאר מינעראלן, נאכפאלגן שיפן און פליגער אין פאל פון אן עמוירדזשענסי און אזוי אויך די אלע מענטשן וועלכע האבן אויף זיך די ספעציעלע אייזן רינג אויף זייערע קערפער זיי זאלן נישט קענען אנטלויפן פון לאנד. אין דער צוקונפט וועט אינטערנעט אויך ארבעטן דורך נידעריג פליענדיגע סאטעליטן וועלכע וועלן טראנסמיטירן די ראדיא סיגנאלן איינמאל אינטערנעט וועט אריבערגיין פון טעלעפאן צו ראידא פריקווענסי, ערווארטעט אין די קומענדיגע יארן.

די נעקסטע גרופע סאטעליטן פליען צווישן 3,000 און 12,000 מייל העכער אונזערע קעפ. די סאטעליטן ווערן גענוצט פאר נעוויגאציע וועלכע זענען די דזשי-פי-עס און נאווסטאר סאטעליטן. יעדער וואס האט א דזשי-פי-עס רעסיווער קען באקומען די אינפארמאציע פון די סאטעליטן ווי אימער אויף די וועלט מען געפינט זיך. אלע שיפן, פליגער, ספעיס שאטעלס, און אויטאס מיט נעוויגאציע ארבעטן מיט די סאטעליטן.

א שטאפל העכער איז שוין די העכסטע שטאפל וועלכע איז 22,223 מייל העכער אונז. ווי פריער דערמאנט זענען דארט פאראן אלע וועטער און קאמיוניקאציע סאטעליטן. וויבאלד די סאטעליטן געפינען זיך אזוי הויך איז פאראן א שטיקל אפלייג אין קאמיוניקאציע וועלכע איז בערך 600 מילי-סעקונדעס. די אפלייג קען זיין אמאל פיל מער ביז אזוי פיל ווי צוויי סעקונדן, געוואנדן לויט די מעכאניזם וועלכע מען נוצט אונטן אויף די ערד. ווען מען רעדט איבער'ן ים קען מען דאס אליינס בייוואוינען.


סאטעליט קאסטן

א דורכשניטליכע נומער איז נישט גילטיג דא ווייל יעדע איז אן אנדערע פרייז. לאמיר נוצן א ביישפיל:

בערך 10 יאר צוריק האט מען ארויפגעשיקט א סאטעליט וועלכע האט באקומען די מיסיע נאכצופאלגן האריקעינס און אלאמירן ווען איינס ווערט געשאפן. די האריקען סאטעליט האט געקאסט צו מאכן 290 מיליאן. די סאטעליטן וועלכע וועלן גענוצט ווערן אין די מיסיל דעפענס סיסטעם (צו מעלדן ווען א מיסיל קומט צו גיין) וועט קאסטן בערך 600 מיליאן יעדע איינע. אין פאקט איז שוין פאראן איין אזא סאטעליט וועלכע ווערט גענוצט פאר די מיסיל דעפענס פראבעס.

די פרייזן ענדיגן זיך אבער נישט דא ווייל אויך ארויפצושיקן א סאטעליט קאסט געלט. כדי צו שיקן א סאטעליט דארף מען בויען א ראקעט (א ראקעט ווערט נאר איינמאל גענוצט) און דאס ארויפשיסן אין ספעיס אזאך וועלכע קאסט אליינס עטליכע הונדערט מיליאן דאלאר אבער קען אמאל זיין ביליגער אויב מען שיקט עטליכע צוזאמען מיט א ספעיס שאטעל. נאכ'ן ארויפשיסן קאסט די אויפהאלטונג אויך אסאך געלט יערליך אזוי לאנג ווי עס איז אין ספעיס.

אין צוגאב איז יעדע סאטעליט לאנטש אן איינשטעל ווייל עס מאכט פיל מאל וואס עס ארבעט זיך נישט אויס און אלעס גייט לאיבוד.

די פיר גרעסטע פירמעס וועלכע בויען סאטעליטן זענען: הוס, בעל עראספעיס, באואינג, און לאקהיד מארטין.


סאטעליט ביזנעס

אויסער נאס"א און אלע אנדערע ספעיס אגענטורן ארום די וועלט זענען פאראן א רייע גרויסע פירמעס וועלכע האבן זייערע אייגענע סאטעליטן אין ספעיס. קלענערע פירמעס וועלכע דארפן האבן סאטעליט סערוויס אבער קענען נישט ערלויבן אזא אונטערנעמונג קענען אפדינגן סערוויס פון די נאן-פראפיט ארגאניזאציע עי-עם-עס-עי-טי וועלכע פארמאגט היינט איבער 40 סאטעליטן אין ספעיס. איר ערשטע סאטעליט איז ארויף אין קאסמאס אין 961'.

אין דער צוקונפט וועט סאטעליטן אריינקומען מער אין באנוץ וויבאלד די קאמפיוטער וועלט וועט ווערן מער פארבינדן און וועט גענוצט ווערן פאר פארשידענע סארט קאמיוניקאציע וועלכע וועלן דארפן נוצן סאטעליטן. אין דער צוקונפט וועט מייקראסאפט, עפל, און אסאך אנדערע פירמעס פארמאגן סאטעליטן ווייל אנדערש וועלן זיי נישט קענען זיין אין ביזנעס.


מיסט אין קאסמאס

אין ספעיס פליט אלעס, אנגעהויבן פון די זון און געענדיגט ביי א שטיקל פאפיר. דאס מיינט אז אויב אן אסטראנאט לאזט בטעות אראפ א צווענגל וועט דער צווענגל פארבלייבן אין ספעיס און פליען אינאיינעם מיט אלע סאטעליטן. איבער די יארן האט זיך אנגעזאמעלט טויזענטער אזעלכע שטיקער שמוץ און יעדעס מאל א ראקעט קומט אן אין ספעיס אדער אויב א סאטעליט צוברעכט זיך פאלן נאך אסאך שטיקער אייזן און מעטאל אין ספעיס.

די אלע זאכן פליען מיט א שנעלקייט פון 6 מייל פער סעקונדע וואס מיינט אז אויב א שטיק אייזן קראכט אריין אין א סאטעליט מאכט עס א גרויסע שאדן. אלע ספעיס שאטעלס האבן די עפענונגן פון אונטן כדי צו פארמינערן אזעלכע אינצידענטן. אויב א צווענגל זאל אריינפליען אין אן אסטראנאט וועט יענער דורכגעלעכערט ווערן און ווערן א טייל פון אלע מיסט וועלכע פליען ארום אין ספעיס.

א טייל פון די שמיץ (אדער דזשאנק ווי זיי רופן דאס) פאלן מיט דער צייט אוועק וויבאלד זיי פליען נידעריג און עווענטועל גרייכט עס די וועלט'ס אטמאספערע און פאלט אראפ צו די ערד, געווענליך אין וואסער וויבאלד רוב וועלט איז וואסער, אבער אמאל אויך אויף די יבשה. עס האט זיך שוין מערערע מאל געמאכט אז מענטשן האבן באקומען מתנות פון ספעיס אין זייערע בעקיארדס וועלכע האבן געמאכט טיפע לעכער.

די שמוץ וועלכע פליען הויך בלייבן אין ספעיס זייער לאנג אבער אויך יענע שטיקער ענדיגן ערגעץ, אמאל דורך א פליענדיגע פלאנעט אויב עס דעגרייכט זייער הויך און אמאל צעגייט עס מיט דער צייט. אגב, איז אינטערעסאנט צו וויסן אז לויט וויפיל אונז פליישיגע מוחות פארשטייען איז טאקע דאס די מיסיע פון די קאמעטס וועלכע פליען ארום אין ספעיס. די קאמעטס פליען זייער הויך אבער קומען אראפ נידעריגער פון צייט צו צייט און נעמען אויף אלע שמוץ אין ספעיס וועלכע זיי באגעגענען. די קאמעטס ווערן גרעסער און גרעסער צוליב די שמוץ וועלכע זיי נעמען אויף.

אין יוני 2006 האט נאסא ארגאניזירט א צוזאמענקראך צווישן א סאטעליט מיט א קאמעט, די גרויס פון מאנהעטן, וועלכע איז פונקט אראפגעקומען נידעריג אין ספעיס. דער צוזאמענקראך איז געווען א דעפאלגרייך און פון דער אויפרייס האט א צווייטע סאטעליט גענומען בילדער פון וועלכע די סייענטיסטן וועלן קענען בעסער שטודירן וואס דער אינהאלט פון די קאמעטס זענען.

עטליכע יאר צוריק האט נאס"א ארויפגעשיקט א סאטעליט וועלכע זי האט גערופן: "לאנג דארעישן עקספאדזשור פעסיליטי". די סאטעליט האט שטודירט און גענומען בילדער פון אסאך ספעיס שמוץ און נאך א שטיק צייט האט מען צוריק אראפגעברענגט די סאטעליט דורך א ספעיס שאטעל און עס איז גענומען געווארן פאר שטודיעס אין נאס"א'ס סייענס צענטערן.


קאסמאס סטאנציעס

אויסער סאטעליטן פאר מיסיעס איז פאראן קאסמאס סטאנציעס וועלכע פליען ארום אין ספעיס און זענען פיל גרעסער ווי סאטעליטן. די פאראייניגטע שטאטן און רוסלאנד פארמאגן ספעיס סטאנציעס שוין יארן און יעצט בויען זיי ביידע, אינאיינעם מיט די הילף פון אסאך אנדערע לענדער, א אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע וועלכע וועט גענוצט ווערן דורך א רייע לענדער איבער די וועלט. די רוסישע זענען געווען די ערשטע צו שיקן א ספעיס סטאנציע אין ספעיס. דאס איז געווען אין יאר 971' ווען די סאליוט 1 איז ארויפגעשיקט געווארן אין ספעיס דורך צוויי מיסיעס. די ספעיס סטאנציע איז געווען 45 פיס לאנג און האט פארמאגט עטליכע צימערן, אריינגערעכנט א דייניג רום, א קיך, א איבונגן צימער, אן ארויסגאנג צימער, א אפרו צימער, און א קאנטראל צימער. ווען די סטאנציע איז געווען פארטיג האבן די רוסישע ארויפגעשיקט א גרופע פון 11 אסטראנאטן וועלכע האבן געוואוינט דארט פאר 24 טאג און האבן געטאן שטודיעס וועלכע וואלט געדויערט מאנאטן צו טאן אונטן אויף די ערד. אין די ענדע זענען אלע טראגיש אומגעקומען ווען זייער ראקעט האט געקראכט אויפ'ן וועג אראפ.

די רוסישע האבן איבערגעמאכט די סאליוט סטאנציע עטליכע מאל און האבן דאס שפעטער אויפגעטוישט מיט אנדערע ביז זיי האבן ענדגילטיג דעגרייכט צו די מיר ספעיס סטאנציע אויף וועלכע זיי האבן אויסגעפירט די לענגסטע מיסיעס אין די געשיכטע.

אמעריקע האט נאכגעפאלגט מיט איר סקיילעב ספעיס סטאנציע אין יאר 973'. אויפ'ן וועג ארויף איז די סטאנצעי געשעדיגט געווארן און ביז 10 טאג האט נאכגעפאלגט א גרופע אסטראנאטן וועלכע האבן פארראכטן די סטאנציע און געטאן אנדערע ספעיס שטודיעס. די גרופע איז אויפגעטוישט געווארן צוויי מאל און אלעס אינאיינעם האבן די דריי גרופעס געוויילט אין ספעיס פאר 112 טעג. די סקיילעב סטאנציע איז נאר געווען א פראבע און ווען די מיסיע איז פארטיג געווארן האט מען אפגעלאזט אלע קאנטראלס און ביז עטליכע יאר האט עס דעגרייכט די ערד'ס אטמאספערע אן איז פארברענט געווארן העכער אוסטראליע.

די מיר סטאנציע איז פארבליבן אין ספעיס ביז אין יאר 01' ווען מען האט אנגעהויבן בויען די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע און די אלטע מיר איז געווארן א שאד די געלט. די רוסישע האבן אפגעלאזט די סטאנציע און ביז עטליכע מאנאטן איז עס פארברענט געווארן העכער דעם פאציפישן אקעאן וואו די איבערבלייבענישן זענען אריינגעפאלן.

היינט איז שוין אין באניץ די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע.

דער צוקונפט

ווי דערמאנט וועט ספעיס באקומען נאך און נאך סאטעליטן ווי א יאר לענגער זינט קאמיוניקאציע איבער די וועלט וואקסט זייער שנעל. טייל סייענטיסטן זענען ביי דער מיינונג אז עווענטועל וועט מען האבן ווייניגער סאטעליטן ווייל די סאטעליטן וועלן זיין פיל מער פארגעשריטן און איין סאטעליט וועט קענען טאן די ארבעט פון עטליכע.


מוסטער:Link GA