אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "איירא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 166 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q4916 (translate me)
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q4916 (translate me)
שורה 111: שורה 111:
{{Link FA|de}}
{{Link FA|de}}
{{Link FA|ko}}
{{Link FA|ko}}

[[lij:Euro]]

רעוויזיע ביי 23:16, 6 יולי 2013

איירא מטבעות און באנקנאטן.

די איירא (סימבאל: € ; באנק קאד: EUR) איז די אפיצעילע וואלוטע זייט 2002 פון דער אייראזאנע, וואס איז כולל היינט 13 לענדער (איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, גריכנלאנד, דייטשלאנד, האלאנד, לוקסעמבורג, מאלטא, סלאוועניע, עסטרייך, פארטוגאל, פינלאנד, פראנקרייך, קיפראס און שפאניע) אין דעם אייראפעישן פארבאנד. יעדע איירא ווערט צעטיילט אויף 100 צענט. זי איז די וואלוטע פון 320,000 מענטשן.

אום דעצעמבער 2006 איז געווען אין צירקולאציע העכער פון €610 ביליאן, די גרעסטע ווערט פון א וואלוטע אין צירקולאציע אין דער גארער וועלט.

די איירא ווערט אדמיניסטרירט פון דעם אייראפעישן צענטראלן באנק באזירט אין פראנקפורט, אן אומאפהענגיקער צענטראלער באנק וואס אליין האט די רעכט צו באשטימען די געלטפאליטיק. צוזאמען מיט די צענטראלע בענק פון די מיטגלידער שטאטן דרוקט מען און פארשפרייט מען די באנקנאטן און מטבעות.

ס'זענען פאראן זיבן באנקנאטן: €5 (גרא), €10 (רויט), €20 (בלוי), €50 (אראנזש), €100 (גרין), €200 (געל) און €500 (פורפור). ס'איז אויך אכט פארשידענע מטבעות: €0.01, €0.02, €0.05, €0.10, €0.20, €0.50, €1, €2.


איבערבליק

זינט די איירא איז אריין אין קראפט איז זי געווארן פון די שטערקסטע וואלוטעס איבער דער וועלט צוליב אייראפע'ס גוטע עקאנאמיע וואס טוט אינאיינעם פראדוצירן כמעט אזויפיל וויפיל די פאראייניגטע שטאטן און עקספערטן זאגן אז דער אייראפעאישער פארבאנד וועט גאר איין טאג איבערשטייגן די פאראייניגטע שטאטן און וועט, לויטן וועג וואס ער גייט, ווערן די שטערקסטע עקאנאמיע אין דער וועלט.

נאציאנאלע וואלוטעס זענען פון די וויכטיגסטע זאכן וויאזוי א מאדערנע עקאנאמיע אפערירט דורך מעסטן די ווערט פון א פראדוקט אריבער די גרעניצן פון אנדערע לענדער, אויף די אנדערע זייט אקעאן, און פון אנדערע קולטורס. וואלוטע איז טיף איינגעקריצט אין די קולטור און אין אונזער פיזיק. ווען איינער איז געבוירן אין די פאראייניגטע שטאטן איז דער דאלאר איינגעקריצט אין זיין מוח אבער אויב איר זענט געבוירן אין יאפאן איז דער יען איינגעקריצט אין אייער מוח.

זינט דער צווייטער וועלט קריג האט אייראפע אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם אין פארשידענע פראגראמען און פאליסיס און האבן שפעטער געגרינדעט די אייראפעאישע פאראיין מיט וועלכע זיי האבן אינאיינעם באקומען א שטערקערע מאכט אויסצופירן פאליסיס און ספעציעל האט עס געהאלפן עקאנאמישע ערייכונגן. נאך אין די ערשטע יארן פון דעם אייראפעאישן פארבאנד האט מען שוין גערעדט וועגן אדאפטירן איין וואלוטע אלס נאך א טריט צו פאראייניגן און פארשטערקערן אייראפע'ס מאכט. די פלענער זענען קיינמאל נישט אראפ פון טיש און ווען עס איז געקומען נענטער צום סוף פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט זענען די פלענער געווארן ערנסטער. ענדליך אין 1 יאנואר 02' איז די איירא געווארן די אפיציעלע וואלוטע פון 12 מיטגלידער לענדער פון דעם אייראפעאישן פארבאנד.

די אייראזאנע

די איירא איז היינט די איינציגע וואלוטע פון די פאלגנדע 15 לענדער פונעם אייראפעישן פארבאנד: איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, דייטשלאנד, גריכנלאנד, שפאניע, פראנקרייך, לוקסעמבורג, האלאנד, סלאוועניע, עסטרייך, פארטוגאל, און פינלאנד.

אויסער די מיטגלידער לענדער ווערט די איירא גענוצט אין 6 אנדערע לענדער וועלכע קענען נישט נאכקומען די סטאנדארטן צו קענען ווערן א טייל פון די אייראפעאישע פאראיין. זיי זענען: מאנאקא, וואטיקאן סיטי, סען מערינאו, אנדאורא, קאסאווא, און מאנטענעגרא.

כדי צו קענען ווערן א מיטגלידער אין דער אייראזאנע דארף מען גרייכן געוויסע סטאנדארטן וועלכע איז אויסגעארבעט געווארן דורך דער אייראפעאישער קאמיסיע. בריטען, שוועדן, און דענמארק זענען מיטגלידערס אינעם אייראפעישן פאריין אבער יעדע צוליב זייערע סיבות האבן נישט געוואלט אנטייל נעמען אין דער אייראזאנע.

די אי-יו לענדער וועלכע האבן געוואלט ווערן א טייל פון די איירא האבן געברויכט דורכגיין אן עקאנאמישע פראבע זיכער צו מאכן אז דעם לאנד'ס עקענאמיע זאל נישט האבן קיין שלעכטע עפעקט אויף די איירא. די הויפט סטאנדארטן זענען: אז דאס לאנד'ס יערליכע רעגירונג'ס בודזשעט דעפיציט גרייכט נישט מער פון 2 פראצענט פון דעם לאנד'ס ברוטא אינלענדישער פראדוקט, די סך הכל חובות מעג נישט זיין מער ווי 60 פראצענט פון די דזשי-די-פי, די אינפלאציע ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון 1.5 פראצענט פון די אינפלאציע ראטע פון די בעסטע אייראפעאישע לענדער (פראנקרייך און דייטשלאנד), די אינטערעסט ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון צוויי פראצענט פון די דריי לענדער מיט די נידעריגסטע אינפלאציע ראטעס, און די לענדער'ס עקסטשענדזש ראטעס האבן געמוזט זיין סטאביל פאר א מינימום פון צוויי יאר אין די אייראפעאישע עקסטשעינדזש ראטע מעכאניזם.

די אלע סטאנדארטן זענען נישט געווען קיין איינמאליגע זאך נאר דארף בלייבן מיט די מיטגלידער לענדער פאר אלע יארן כדי צו האלטן די איירא סטאביל און שטארק. אויב א לאנד האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט פון איר דזשי-די-פי ווערט זי באשטראפט מיט 0.2 פראצענט פון איר דזשי-די-פי און נאך 0.1 פראצענט פון די דזשי-די-פי אויב זי האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט. אויב א לאנד פאלט אריין אין א רעסעסיע וועלכע איז מער פון 2.0 פראצענט פאר איבער 4 פיסקאל יארן קען זי אויטאמאטיש ארויסגעלאזט ווערן פון דער איירא.

דער איירא געדאנק

דער קערנדל פון די אייראפעאישע פאריין איז געגרינדעט געווארן אין 1946 ווען דער בריטישער פרעמיער מיניסטער ווינסטאן טשורטשיל האט פארגעשלאגן זיין פאליטישע פלאן מען זאל גרינדן א "פאראייניגטע שטאטן פון אייראפע" מיט וועלכע ער האט געהאפט אז אזא געשעעניש וועט פארייניגן און ברענגן שלום אין די אייראפעאישע קאנטינענט וועלכע איז געווען צעריסן אין צוויי וועלט מלחמות. אין 1952 האבן 6 אייראפעאישע לענדער אנגענומען אין טייל טשורטשיל'ס פלענער און האבן געגרינדעט די אייראפעאישע קוילן און אייזן קאמיוניטי וויבאלד די צוויי אוצרות זענען די מערסט סטראטעגישע צו די מאכט פון די לענדער און מיט א פאראייניגונג האבן זיי געגעבן די קאנטראל פון די אוצרות צו א זעלבסטשטענדיגע אויטאריטעט. די לענדער האבן מיט דעם געהאפט, ווי טשורטשיל האט פארגעשלאגן, צו פארמיידן מיליטערישע קאנפליקטן, ספעציעל צווישן פראנקרייך און דייטשלאנד. אין 957' איז מען געגאנגען א טריט ווייטער און מען איז זיך צוזאמען געקומען צו א קאנפערענץ וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די טריטי פון רוים. אין דעם אפמאך האט מען געגרינדעט א פאראייניגטע אייראפעאישע מארקעט וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע, בעלגיע, די נעדערלענדס, און לוקסעמבורג. אין 989' האט דער פרעזידענט פון די אייראפעאישע קאמיסיע, דזשעק דעלארס, ארויסגעגעבן זיין באקאנטע דעלארס באריכט אין וועלכע ער האט פארגעשלאגן אנצוהייבן ארבעטן אויף א טראנזיציע פלאן וועלכע וועט עווענטועל גרינדן אן איינצעלע וואלוטע סיסטעם. דער ערשטער טריט האט זיך אנגעהויבן יולי דעם ערשטן אין 990' וועלכע האט אפגעשאפן אלע קעפיטאל באגרענעצונגן צווישן די מיטגלידער שטאטן. מען האט אויך געגרינדעט אן אינדענטיפיקאציע סיסטעם פון אישוס וועלכע האט געברויכט באהאנדעלט ווערן און די אנטוויקלונג פון א פאראייניגטע ארבעט פראגראם מיט וועלכע מען זאל שפעטער איינפלאנצן נייע ענדערונגן. דער צווייטער טריט האט זיך אנגעהויבן אין יאנואר דער ערשטן 994' ווען די אייראפעאישע געלטליכע אינסיטוט איז געגרינדעט געווארן צו שטודירן די אייראפעאישע וואלוטעס און העלפן אויפשטעלן די צענטראלע באנק מיט א פולשטענדיגע קא-אפעראציע. איין יאר דערויף האבן שוין די פלענער געהאלטן טיף אינדערמיט און דער נאמען איירא איז אדאפטירט געווארן אלס דער נאמען פון די פאראייניגטע וואלוטע. דער דריטער טריט האט זיך אנגעפאנגן יאנואר דעם ערשטן 999' ווען די איירא איז אריין אין קראפט אין די 11 מיטגלידער לענדער האבן אויפגעשטעלט א באשטימטע עקסטשעינדזש ראטע דערפאר. די איירא איז נאך דעמאלט נישט באשטאנען פון קיין אקטועלע געלט און איז נאר גענוצט געווארן אין נישט קעש טראנזאקציעס ווי עלעקטראנישע טראנספערס און קרעדיט. גריכן האט אין אנפאנג נישט מסכים געווען צו דעם טריט אבער האט צוויי יאר שפעטער זיך אויך איינגעשלאסן אין דעם פאראיין, ברענגנדיג די נומער צו צוועלף.


דער איירא סימבאל €

בעפאר מען האט אנגעהויבן איינשטעלן די איירא סיסטעם אין אירע דעטאלן האט מען געברויכט אויסוועלן א סימבאל און די ארבעט איז געגעבן געווארן פאר די אייראפעאישע קאמיסיע אלס א טייל פון איר קאמיוניקאציע ארבעט. די אייראפעאישע פאראיין האט געוואלט האבן א סימבאל וועלכע זאל האבן די פאלגענדע 3 מעלות: 1) זאל גרינג דערקענט ווערן, 2) זאל קענען גרינג געשריבן ווערן מיט די הענט, און 3) און זאל זיין שיין און סטייליש. די ארגאניזאציע האט געגעבן צו מאכן 30 דעזיינס און דערנאך האבן זיי ערוועלט די 10 בעסטע און געלאזט די פובליק וויילן וועלכע צוויי זענען די בעסטע. און דערנאך האבן זיי באשלאסן וועלכע פון די צוויי צו נעמען. דער דעזיין וועלכע איז ערוועלט געווארן און ווערט היינט גענוצט איז א גריכישע בוכשטאב און פארמאגט אן "אי" צו באצייכנען אייראפע און צוויי גלייכע ליניעס וועלכע סימבאליזירט סטאבילאטעט. ווען די וואלוטע איז געווען גרייט אנצופאנגען איר איבערטויש האט די אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע פאר סטאנדארטיזאציע אויסגעקליבן די בוכשטאבן EUR אלס די אינטערנאציאנאלע קאד פאר דער וואלוטע.

באנקנאטע און מטבעות דעזיינס

עס זענען פאראן 7 איירא באנקנאטעס און אירע דעזיינס זענען די רעזולטאט פון א פארמעסט דורך צענדליגער דעזיינער פירמעס וועלכע זענען באשטימט געווארן דורך די נאציאנאלע צענטראלע באנק צו מאכן 7 דעזיינס פאר די 7 באנקנאטן וועלכע וועט גענוצט ווערן פאר אלע מיטגלידער לענדער. די הונדערטער דעזיינס וועלכע זענען געמאכט געווארן האבן סימבאליזירט אייראפע מיט א געמיש פון אירע אלטע צייטן און היינטיגע מאדערניזירטע צייטן. אין די ענדע איז אויסגעקליבן געווארן די דעזיינס פון דעם גרויסן היסטארישן מעלער ראבערט קאלינע וועלכע'ס דעזיינס זענען ערוועלט געווארן ביי א אייראפעאישע קאונסיל אין דובלין אין 96'. די 7 אויסגעקליבענע דעזיינס זענען געשטעלט אויף די 7 מערסט וויכטיגסטע ארכיטעקט צייט אפשניטן אין אייראפע'ס קולטורל היסטאריע. פארנט פון אלע באנקנאטעס זענען אויסגעמאלן פענסטער און אפענע מויערן וועלכע סימבאליזירן אייראפע'ס אפענקייט און קא-אפעראציע און ארום דעם זענען פאראן 12 שטערנס וועלכע רעפרעזענטירן די 12 מיטגלידער לענדער. אויף די אונטערשטע זייט פון די באנקנאטן זענען אויסגעמאלן פארשידענע בריקן וועלכע סימבאליזירן די קא-אפעראציע און קאמיוניקאציע צווישן אייראפע און די איבעריגע וועלט. יעדע באנקנאטע פארמאגט די נומער אויך אין די גריכישע בוכשטאבן און עס שטייט ארויסגעשריבן דער נאמען פון די אייראפעאישע צענטראלע באנק אויף פינף וועגן וועלכע רעכענען אריין אלע 11 שפראכן פון די אייראפעאישע באפעלקערונג. יעדע פון די 7 באנקנאטעס זענען געמאכט געווארן אין אן אנדערע סייז און פארעם כדי מען זאל דאס גרינג קענען אינדענטיפיצירן. די זיבן באנקנאטעס זענען א פינף הונדערטער, צוויי הונדערטער, הונדערטער, פופציגער, צוואנציגער, צענער, און פינפער (זעה בילדער). די איירא פארמאגט 8 מטבעות וועלכע זענען איין צענט, צוויי צענט, פינף צענט, צען צענט, פופציג צענט, איין איירא, און צוויי איירא. פארשטייט זיך אז אויך די מטבעות זענען אלע אנדערש אין סייז און אין דיקיקייט זיי צו קענען גרינגער אינדענטיפיצירן. אויך די דעזיינס פון די מטבעות זענען ארויסגעגעבן פאר א פארמעסט און לוק לוסיקס, א דעזיינער פון בעלגיע'ס ראיעל מינט דעפארטמענט, האט געווינען זיין געלונגענע דעזיין גרופע וועלכע איז באקאנט צו אלע 12 מיטגלידער לענדער. אויף איין זייט פון די מטבעת איז פאראן איינע פון דריי מאפעס פון אייראפע ארומגענומען מיט 12 שטערנס וועלכע רעפרעזענטירן די 12 מיטגלידער לענדער. אויף די צווייטע זייט פון די מטבע איז פאראן דעזיינס פון אלע לענדער און אויסער דעם איז פאראן פארשידענע דעזיינס וועלכע יעדע לאנד מאכט זיך פאר זיך אליינס און אלע דעזיינס ווערן אקצעפטירט אין אלע מיטגלידער לענדער. די איין, צוויי, און פינף צענט מטבעות זענען רויט, די צען, צוואנציג, און פופציג צענט מטבעות זענען געל, די איין איירא איז ווייס אינדערמיט און געל ארום און ארום, און די צוויי איירא איז פונקט פארקעט. בעפאר מען האט אריינגעלייגט די איירא אין באנוץ האט מען געדרוקט 50 ביליאן מטבעות און 14.5 ביליאן באנקנאטעס און די אייראפעאישע צענטראלע באנק האט אלעס באצאלט.


די ווערט פון די איירא און דער איבערטויש

די אייראפעאישע צענטראלע באנק איז באשטימט געווארן זיכער צו מאכן אז די אייראפעאישע בענק וועלן איבערטוישן צו די איירא לויט די פארשריפטן פון די אייראפעאישע פאראיין. די צענטראלע באנק האט באשטימט די איבערטויש ראטע פאר יעדע לאנד וועלכע איז באשטימט געווארן אין יאנואר 999'. כדי אלעס זאל זיין הונדערט פראצענט ריכטיג האט די צענטראלע באנק נאכגעפאלגט די ווערט פון יעדע לאנד'ס געלט פאר עטליכע יאר לויט אירע סטאטיסטיקס אינעם אייראפעאישע ראטע מעכאניזם וועלכע האלט חשבון פון אלע לענדער קעגן די יו-עס דאלאר. אט זענען די ווערט פון די איירא לויט יעדע לאנד ביי די צייט ווען זי האט איבערגעטוישט: 40.3 בעלגישע פראנק, 340.7 גריכישע דראטשמע, 6.5 פראנצויזישע פראנק, 1936.27 איטאליענער לירע, 2.2 דאטש גילדער, 200.48 דייטשע מארק, 166.3 היספאנישע פיסיטא, 0.78 איירישע פונט, 40.3 לוקסעמבורג פראנק, 13.7 עסטרייך שילינג, 5.94 פיניש מארקא. ווי דערמאנט איז די איירא געווארן די אפיציעלע וואלוטע פון די מיטגלידער לענדער אום יאנואר דעם ערשטן 99' אבער וויבאלד אלע לענדער האבן נאך געהאט זייערע געלטער אין די צירקולאציע האט מען געברויכט געבן עטליכע יאר צייט ביז מען האט געקענט איבערטוישן אלע קעש צו די איירא. אויף דערווייל האט מען גענוצט די איירא פאר עלעקטראנישע טראנזאקציעס, קרעדיט, און מען האט אפילו געשריבן טשעקס אין איירא. רוב בענק האבן געשיקט זייערע סטעיטמענטס אין ביידע וואלוטע'ס אז די מאסן זאל נישט ווערן צעמישט מיט די איבערטויש. דער אפיציעלער טאג ווען די איירא האט איבערגענומען אלע באנקנאטעס און מטבעות איז געווען יאנואר דעם ערשטן 02' אבער יעדע לאנד האט זיך געהאט זייער אייגענע באשטימטע טאג ווען די אלטע געלט איז ארויס פון באנוץ. די ערשטע איז געווען דייטשלאנד וועלכע איז אריבער צו די איירא דעם לעצטן טאג אין דעצעמבער און רוב אנדערע לענדער זענען ערשט אריבער דעם לעצטן טאג אין פעברואר. אין די ערשטע טעג האבן אלע געשעפטן געגעבן רעשט אין איירא אפילו ווען מען האט זיי געצאלט מיט דאס לאנד'ס וואלוטע און אלע אויטאמאטישע באנק מאשינען האבן נאר ארויסגעגעבן איירא. אין יעדע לאנד ווען די באשטימטע טאג איז אנגעקומען איז איר וואלוטע געווארן אויס לאגאלע וואלוטע און האט נאר געקענט געטוישט ווערן אין באנק. דער לעצטער טאג וואס א מענטש וועט קענען טוישן זיין געלט פאר די איירא איז באשטימט געווארן ערגעץ אין 012'.


די מעלות און חסרונות פון די איירא

דער געדאנק פון די איירא איז געווען צו ברענגן פאליטישע סאלידאריטעט צווישן די אייראפעאישע לענדער וועלכע גייט נאך צוריק פון נאך די צווייטע וועלט קריג. די מעלות זענען אבער מער פון דעם אט זענען עטליכע פון זיי: 1) אייראפע באשטייט פון אסאך לענדער וועלע זענען זייער נאנט איינע צו די אנדערע און מען האנדלט דארט צווישן איין לאנד אין די צווייטע מער ווי צווישן אנדערע שכינות'דיגע לענדער ארום די וועלט. די איירא פארמיידט די פראבלעמען פון טוישן די געלט שטענדיג און די מעגליכקייטן צו פארלירן געלט אין פאל ווען דער דאלאר פאלט. 2) די איינוואוינער אין די לענדער זענען זיך מחיה מיט די פאראייניגטע וואלוטע ווען זיי פארשטייען גוט די פרייזן צו וועלכע זיי האבן אמאל געברויכט נוצן די הענט און פיס אויסצורעכנען די חילוקים צוישן איין און די אנדערע וואלוטע. די קאנקורענט איז גרעסער און דער קאנסומער באקומט היינט בעסערע פרייזן. 3) מיט'ן אדאפטירן איין וואלוטע האט מען זיך אויך אנגעהויבן שפארן געלט פון טוישן געלט. אייראפעאישע פארן אסאך ארום איבער אייראפע און יעדעס פלאץ וואו זיי זענען אנגעקומען האט מען געברויכט טוישן געלט וועלכע קאסט געלט. 4) די פאראייניגטע וואלוטע האט געברענגט מער ביזנעס אריבער די גרעניצן וואס מאכט די קאנקורענט שטערקער און ביליגער פאר די מענטשן צו קויפן. מער ביזנעסער זענען פשוט גרייט צו טאן ביזנעס אריבער א גרעניץ זינט מען דארף מער נישט אויפשטעלן א באזונדערע אקאונטינג. 5) מער מענטשן האבן געטראפן דזשאבס ווען זיי האבן גערן געקענט באשטיין צו ארבעטן אריבער די גרעניץ זינט אלע געלט איז איין זאך. 6) אלע סארט בילס און סערוויסעס זענען געווארן גרינגער צו פארשטיין זינט אלעס איז איין וואלוטע. 7) די אינפלאנציע איז זייער סטאביל ווען אלע לענדער האלטן דאס אינאיינעם. 8) מען געניסט פון בעסערע אינטערעסט ראטעס זינט עס איז קאנטראלירט דורך איין צענטראלע באנק. אויך איז אינטערעסט ראטעס נידעריגער געווארן מיט געוויסע פראצענט ווייל בעפאר פלעגן אלע פירמעס רעכנען עפעס געלט אין פאל די וואלוטע פאלט און זיי פארלירן געלט. 9) א דאנק די איירא מוזן די מיטגלידער לענדער זיך האלטן צו די פארלאנגן פון די אייראפעאישע פאראיין וואס מיינט אז אלע לענדער שטרענגן זיך אן צו דעגרייכן א געוויסע עקאנאמישע פונקט כדי צו קענען בלייבן א מיטגלידער אין די איירא.

יעדע זאך האט דאך אבער אויך חסרונות און די איירא איז נישט אויסגעשלאסן. אט זענען די עטליכע הויפט: 1) די איבערטויש אליינס האט אפגעקאסט א געוואלד געלט. מען האט געברויכט דרוקן נייע באנקנאטן, טוישן די אקאונטינג סיסטעם, נייע קאמפיוטער סאפטוועיר, אלע סארט פרינט מאטריאל פון געלט איז מער נישט ווערט געווען, טאוולן, ווענדינג מאשינען, פארקינג מיטערס, פובליק טעלעפאנס, און יעדע אנדערע מאשין וועלכע אקצעפטירט געלט. אויך האט געקאסט צו טרענירן אלע באנק ארבייטער און סתם מענטשן. יעדע באנק האט געברויכט מסביר זיין די נייע וואלוטע און געבן אלע דעטאלן וויאזוי צו מאכן דעם טויש. אבער די אלע זאכן זענען געווען ווערט פאר די מעלות וועלכע האט נאכגעפאלגט און איז געווען ווי יעדע גוטע זאך וואס קומט מיט א פרייז. 2) די צענטראלע באנק'ס קאנטראל אויף די אינטערעסט ראטעס האט אויך א חסרון ווייל אויב עס גייט נישט גוט פאר איין לאנד קען נישט די לאנד אליינס אראפלאזן די אינטערעסט ראטעס צו ברענגן פרישע אינוועסטמענטס. 3) דאס זעלבע איז מיט די ווערט פון די וואלוטע. רוב לענדער אין די וועלט האבן אויך א שטיקל אייגענע קאנטראל אויף די וואלוטע און זיי וועלן דאס אראפנידערן צו ברענגן מער ביזנעס אויב עס גייט נישט גוט. די מעגליכקייט איז עלימינירט געווארן זינט די איירא איז אריין אין קראפט. 4) אן ענליכע פראבלעם איז מיט רעגירונג פאליסיס. א רעגירונג איז אמאל גרייט צו ברענגן אויף זיך א דעפיציט דורך פארברייטערן פראגראמען וועלכע וועט צוריקברענגן ביזנעס וועלכע וועט עווענטועל אויסצאלן און איבערשטייגן די חובות. זינט די איירא איז אין קראפט קען קיין איין לאנד נישט טאן אזא זאך ווייל מיט א דעפיציט קען מען נישט זיין אין די איירא. 5) צום לעצט איז פאראן א גרויסע איינשטעל אז איין לאנד וועט קענען חרוב מאכן די עקאנאמיע פון אלע אנדערע לענדער זינט אלעס איז איין סיסטעם. איין לעכל אין א גרויסע שיף קען איינזינקן די גאנצע שיף און אלעס ווערט מיטגעשלעפט. אבער אויף דערווייל האט זיך די איירא ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס און עס זענען נאך נישט אנטשטאנען קיין פראבלעמען. מען ערווארט אז מערערע אייראפעאישע לענדער וועלן עווענטועל אריינקומען אין די איירא צי ווייל זיי וועלן בעסער ווערן עקאנאמיש און וועלן נאכקומען די פארלאנגן אדער ווען אזעלכע לענדער ווי בריטן וועט איינזען אז עס לוינט זיך דאס געשעפט און וועלן איבערטוישן.

וועבלינקען


  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא