אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערשטע וועלט-מלחמה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 21: שורה 21:


== גורמים ==
== גורמים ==
[[טעקע:WWI-re.png|קליין|upright=1.6|מאפע פון די משתתפים אין דער ערשטער וועלט מלחמה: [[ערשטע וועלט מלחמה אליאירטע|אליאירטע מאכטן]] גרין, [[צענטראלע מאכטן]] אראנזש, און נייטראלע לענדער גרא]]
אינעם 19טן יארהונדערט, האבן די הויפט אייראפעישע מאכטן געהאט געשטרעבט צו האלטן א קראפט גלייכוואג דורכאויס אייראפע, פון וואס איז ארויסגעקומען א קאמפלעקסע נעצווערק פון פאליטישע און מיליטערישע אליאנצן דורכאויס דעם קאנטינענט ביז 1900. די אליאנצן האבן אנגעהויבן אין 1815, מיט דער [[הייליגע אליאנץ|הייליגער אליאנץ]] צווישן [[פרייסן]], [[רוסלאנד]] און [[עסטרייך]]. אין אקטאבער 1873, האט דער דייטשער קאנצלער [[אטא פאן ביסמארק]] פארהאנדלט דעם [[דרייקייסערבונד]] צווישן די מאנארכן פון עסטרייך־אונגארן, רוסלאנד און דייטשלאנד. דער דאזיקער אפמאך איז אבער אדורכגעפאלן ווייל עסטרייך־אונגארן מיט רוסלאנד האבן נישט געקענט מסכים זיין וועגן די [[באלקאן לענדער|באלקאנען]], ביז אין 1879 האבן דייטשלאנד און עסטרייך־אונגארן געשאפן די [[צווייאיקע אליאנץ]]. זיי האבן אין דעם געזען א וועג צו ווירקן אקעגן רוסישע איינפלוס אין די באלקאנען ווען די [[אטאמאנישע אימפעריע]] האט ממשיך געווען זיך אפשוואכן. אין 1882, האט די אליאנץ זיך פארברייטערט אריינצונעמען [[איטאליע]] אין וואס איז געווארן די [[דרייאיקע אליאנץ]].

== כראנאלאגיע==
== כראנאלאגיע==



רעוויזיע ביי 22:35, 8 מײַ 2013

ה'תרע"ו

דער ערשטער וועלט קריג האט אויסגעפלאצט אין אייראפע אין חודש אב ה'תרע"ד ביז חודש כסליו ה'תרע"ט ; 1914 - 1918. די מלחמה האט זיך אנטוויקלט צו א וועלט קריג וואס האבן זיך מיטגעטייליגט פעלקער פון האלב גלאבוס פון 5 קאנטינענטן.

דער קריג האט פארענדערט די גרענעצן אין אייראפע. און האט צוגעבריינגט צו 20 מיליאן געהרג'עטע און 20 מיליאן פארווונדעטע. די ערשטע סיבה פאר'ן קריג איז געווען דער מארד פון ארכהערצאג פראנץ פערדינאנד אין סאראייע דורך א סערבישער בירגער.

דער נאמען ערשטער וועלט קריג (ענגליש: The First World War 1914-1918) איז שוין געווארן גערופן נאך פאר דעם צווייטן וועלט קריג.

די מלחמה האט פאסירט אין עטליכע שלאכט-ערטער, די הויפט שלאכטן זיינען געוועזן:

די צוויי קעמפפער זייטן:

ביים סוף פון דער מלחמה, פיר הויפט אימפערישע מאכטן—די דייטשע, רוסלענדישע, אטאמאנישע און עסטרייך־אונגארישע אימפעריעס—האבן אינגאנצן אויפגעהערט. פון די ערשטע צוויי זענען געבליבן לענדער מיט קלענערע טעריטאריעס, און די אנדערע צוויי האט מען אינגאנצן צעבראכן. די מאפע פון צענטראלער אייראפע האט מען געמאלט מיט עטלעכע נייע מדינות. מיט דער האפנונג פון פארמיידן נאך אזא קאנפליקט האט מען אויפגעשטעלט די פעלקער ליגע.


גורמים

מאפע פון די משתתפים אין דער ערשטער וועלט מלחמה: אליאירטע מאכטן גרין, צענטראלע מאכטן אראנזש, און נייטראלע לענדער גרא

אינעם 19טן יארהונדערט, האבן די הויפט אייראפעישע מאכטן געהאט געשטרעבט צו האלטן א קראפט גלייכוואג דורכאויס אייראפע, פון וואס איז ארויסגעקומען א קאמפלעקסע נעצווערק פון פאליטישע און מיליטערישע אליאנצן דורכאויס דעם קאנטינענט ביז 1900. די אליאנצן האבן אנגעהויבן אין 1815, מיט דער הייליגער אליאנץ צווישן פרייסן, רוסלאנד און עסטרייך. אין אקטאבער 1873, האט דער דייטשער קאנצלער אטא פאן ביסמארק פארהאנדלט דעם דרייקייסערבונד צווישן די מאנארכן פון עסטרייך־אונגארן, רוסלאנד און דייטשלאנד. דער דאזיקער אפמאך איז אבער אדורכגעפאלן ווייל עסטרייך־אונגארן מיט רוסלאנד האבן נישט געקענט מסכים זיין וועגן די באלקאנען, ביז אין 1879 האבן דייטשלאנד און עסטרייך־אונגארן געשאפן די צווייאיקע אליאנץ. זיי האבן אין דעם געזען א וועג צו ווירקן אקעגן רוסישע איינפלוס אין די באלקאנען ווען די אטאמאנישע אימפעריע האט ממשיך געווען זיך אפשוואכן. אין 1882, האט די אליאנץ זיך פארברייטערט אריינצונעמען איטאליע אין וואס איז געווארן די דרייאיקע אליאנץ.

כראנאלאגיע

יידן אין ארץ ישראל בשעת דעם וועלט קריג

בשעת דער ערשטער וועלט קריג האבן די יידן אין ארץ ישראל געליטן פון שווערע ארימקייט, ווייל די גרעניצן פון ארץ ישראל זיינען געווען פארשפארט, און דער עיקר האנדל פון די יידן איז געווען עקספארטירן פרוכט צו אייראפע. אויך די פרומע (אנשי יישוב הישן) וואס האבן דאן זיך אויסגעהאלטן פון די "כספי החלוקה וואס האבן באקומען פון פארמעגלעכע יידן פון איבער דער גארער וועלט, האבן אויפגעהערט באקומען זייער פארדינסט.

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא
  3. ווייטערפירן מוסטער:רא
  4. ווייטערפירן מוסטער:רא
  5. ווייטערפירן מוסטער:רא
  6. ווייטערפירן מוסטער:רא
  7. ווייטערפירן מוסטער:רא