אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ילקוט שמעוני"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q1995834 (translate me)
שורה 15: שורה 15:
מ'האט שוין ארויסגעגעבן דעם ילקוט שמעוני 12 מאל.
מ'האט שוין ארויסגעגעבן דעם ילקוט שמעוני 12 מאל.
[[קאטעגאריע:מדרשים]]
[[קאטעגאריע:מדרשים]]

[[en:Yalkut Shimoni]]
[[he:ילקוט שמעוני]]
[[ru:Ялкут Шимони]]

רעוויזיע ביי 21:41, 8 מערץ 2013

מדרש ילקוט שמעוני (אדער סתם ילקוט) האט געשריבן רבי שמעון הדרשן פון פראנקפורט. ער האט געשריבן זיין ספר אין שנת ה'ע

ילקוט שמעוני איז א צוזאמענשטעל פון פארשידענע ערליי מדרשים, אנגעהויבן פון ש"ס מדרשי הלכה ומדרשי אגדה, עס איז אויף גאנץ תורה נביאים כתובים, עס האט אין זיך זייער אסאך מדרשים וואס מען קען היינט נישט טרעפן ווי דער מדרש השכם און מדרש ויושע.

דער ילקוט איז צעטיילט אויף צוויי. דער טייל אויף חומש האט 963 סימנים; דער טייל אויף נ"ך האט 1085 סימנים.

מען קען אויך לערנען פון דארט פארשידענע גירסאות וואס ער ברענגט פון מדרשים וואס אין אונזערע ארגינאלע מדרשים איז עס אנדערש געשריבן. עס איז א גרויסע מקור פאר בעלי דרשנים און מוסר זאגער'ס, אגב: דער בעל ראשית חכמה האט נישט געהאט קיין אנדערע מדרשים נאר דער ילקוט שמעוני, און אפילו ער ברענגט אראפ פון ש"ס און מדרש רבה האט ער עס אויך גענומען לויט דער גירסא וואס עס שטייט אין ילקוט שמעוני.

עס העט אויך פארשידענע מפורשים ווי דער זית רענן פונעם מגן אברהם, אויך האט עס געדרוקט מוסד רב קוק, זיי האבן צוגעצייכט אלע שינוי נוסחאות פון אנדערע מדרשים. אן אסאך דרוקען איז אריינגעדרוקט א גרויסער מבוא פון בצלאל לאנדא

שלמה באבער צייגט אהן אינעם מבוא פונעם ספר מדרש זוטא, אז דער ילקוט שמעוני האט נישט געהאט די מדרש רבה חמש מגילות, נאר די קליינע מדרשים, און יעדעס מאל ווען דער ילקוט שמעוני צייכנט אהן מדרש שיר השירים אבער מדרש רות מיינט דאס איינע פון די מדרשים.

מ'האט שוין ארויסגעגעבן דעם ילקוט שמעוני 12 מאל.