אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רשב"א"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2) (באט: לייגט צו it:Shlomo ben Aderet
שורה 85: שורה 85:
[[cs:Šlomo ben Aderet]]
[[cs:Šlomo ben Aderet]]
[[fr:Salomon ben Aderet]]
[[fr:Salomon ben Aderet]]
[[it:Shlomo ben Aderet]]
[[ru:Шломо бен Адерет]]
[[ru:Шломо бен Адерет]]
[[sl:Salomon Ben Adret]]
[[sl:Salomon Ben Adret]]

רעוויזיע ביי 21:04, 27 פֿעברואַר 2013

רשב"א
געבוירןד'תתקצ"ה
נפטרה'ע
געהערטדעם רמב"ן'ס בית מדרש
זיינע רבי'סרמב"ן, רבנו יונה גירונדי
זיינע בני דוררבנו אהרן הלוי פון בארצעלאנא (דער רא"ה), רבנו אשר (רא"ש), רבנו מנחם בן שלמה המאירי
תלמידיםרבי יום טוב בן אברהם אשבילי (ריטב"א) ורבנו נסים (ר"ן)
חבוריםחידושים אויף אסאך מסכתות, שאלות ותשובות, ספרי הלכה 'תורת הבית' אויף כשרות, עירובין און מקוואות.

רבי שלמה בן אברהם אדרת (רשב"א) (ד'תתקצ"ה - ה'ע, 1235 - 1310) איז געבוירן אין דער שטאט בארצעלאנע אין שפאניע.

ער ווערט גערעכנט דער גרעסטער גדול אין תורה אין שפאניע אין דער תקופה פון די ראשונים. זיין השפעה איז געווען סיי אלס פוסק און סיי אלס מפרש פון דער גמרא. זיינע תשובות זענען געווען דער יסוד צום שולחן ערוך.

דער רשב"א געווען א תלמיד פונעם רמב"ן, וואס האט אים אויסגעלערנט די צוגאנג צו ש"ס און הלכה, און אויך קבלה. ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבנו יונה גירונדי.

ער האט זיך שטארק אקעגנגעשטעלט קעגן לערנען פילאזאפיע. זיינע בריוו זענען צוזאמגעשטעלט אין דעם חיבור "מנחת קנאות" דורך רבי אבא מארי בן משה בן יוסף מלוניל (היינט: מרסיי אין פראנקרייך), וואס קריטיקירט דעם מורה נבוכים פונעם רמב"ם. צוזאמען מיט אנדערער רבנים פון זיין צייט האט ער געלייגט א חרם קעגן די וואס לערנען פילאזאפיע פאר דער עלטער פון 25.

פארבינדונגען מיט אנדערע גדולים

  • דער רשב"א איז געווען בקשר מיט אסאך פון זיינע בני דור: רבנו אהרן הלוי פון בארצעלאנע, וואס האט מחבר געווען השגות צום רשב"א'ס הלכה ספרים; דער רא"ש (רבנו אשר) וואס האט איינגעוואנדערט פון דייטשלאנד קיין טאלעדא אין שפאניע; דער מאירי (רבנו מנחם בן שלמה), מיט וועמען ער האט געפירט א שארף מחלוקת וועגן לערנען פילאזאפיע.

זיינע חיבורים

דער רשב"א האט מחבר געווען חידושים אויף א סאך מסכתות פון ש"ס. ער האט געשריבן טויזנטער תשובות (תשובות הרשב"א). ער האט אויך מחבר געווען די הלכה ספרים 'תורת הבית' אויף כשרות, עירובין און מקוואות. די ספרים זענען געשריבן אין צוויי אויסגאבעס: דער פולקומער „תורת הבית הארוך", און דער פארקירצטער „תורת הבית הקצר".