אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רונדווערעם"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (באט: לייגט צו ceb:Ulod nga lingin
מ r2.7.2) (באט: לייגט צו war:Nematoda
שורה 91: שורה 91:
[[tr:Yuvarlak solucanlar]]
[[tr:Yuvarlak solucanlar]]
[[uk:Нематоди]]
[[uk:Нематоди]]
[[war:Nematoda]]
[[zh:线虫动物门]]
[[zh:线虫动物门]]

רעוויזיע ביי 21:21, 11 פֿעברואַר 2013

Nematoda
Heterodera glycines, אַ פּאַטאָגען פֿון סױע
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Animalia
(unranked): Ecdysozoa
שטאַם: Nematoda
Rudolphi, 1808
קלאַסן

רונדע װערעם (Nematoda, נעמאַטאָדן) זענען אַ גרױסע גרופּע פֿון װערעמיקע בעלי חיים. זײ זענען אױסערסט אײנאַרטיק און פּראָסט אױסגעבױט, אָבער זײער בױפּלאַן איז געװיזן זיך עקאָלאָגיש זײער אוניװערסאַל. עס זענען דאָ אַ 80000 זגאַלן פֿון רונדע װערעם, אָבער אַ פֿולע פֿאָרמען זענען ניט אָפּגעשריבן. פֿרײַ־לעבעדיקע זגאַלן װױנען אין ימים ,זיסװאַסערן אָדער באָדן .אַ סך פֿאָרמען זענען אלא פּאראזיטן פֿון פֿלאַנצן, בעלי חיים (דאַריבער מענטש) און אפֿילו אוניצעלולאַרע אָרגאַניזמען.

מאָרפֿאָלאָגיע

די לענג פֿון קערפּער װאַריִירט זײער ברײַט, פֿון 80 מיקראָן ביז 8,5 מעטער. דער קערפּער איז שטינדלאַרטיק, רונד אינעם קװערשניט. די סימעטריע איז צװײזײַטיק אינעם באַזיס, אָבער זי באַהעפֿט זיך מיט אַ צװײשטראַליקע. די סימעטריע פֿון קאָפּטייל איז אלא דרײַשטראַליק. די רונדע װערעם באַזיצן דעם גוט אַנטװיקעלטן הױט־מוסקליקן זאַק. דרױסן איז געדעקט דער קערפּער מיט עלאַסטישער װײַסלשטאָפֿער קוטיקול ,װאָס איז אונטערגעבעטעט מיט דער היפּאָדערם (עפּיטעליום). װײַטער אינעװײניק ליגן די אינדערלענגיקע מוסקלען. ס׳איז נישט קײן אַנדערע זגאַלן פֿון מוסקלען בײַ זײ. די אינגעװײד איז אַרומגערינגט מיט קדמון־חלל, דער קערפּער־חלל אָן אַן אײגנען צעלולאַרען אונטערשלאַק. אלא ס׳איז נישט קײן חלל בײַ קלײנע װערעם, װײַל עקסטראַצעלולאַרער מאַטריקס פֿאַרפֿילט בײַ זײ די גאַנצע אונטער־אינגעװײדיקע שפּאַרונעס.

לאָקאָמאָציע

Caenorhabditis elegans אין אַגאַר־אַגאַר

די רונדע װערעם האָבן נישט קײן ענדגלידער .אַלע באַװעגן װערן געמאַכט בײַ זײ נאָר מיט דער אינדערלענגיקער מוסקולאַטור. דער קערפּער אױסבײגט זיך אַרױף און אַרונטער און די רעזיסטענץ פֿונעם קוטיקול אױסגלײַכט דעם קערפּער צוריק. אַזױ קאָנען די װערעם אַרײַנשפּאַרן דורך װיסקאָזע מעדיומס אָדער מעדיומס מיט קלײנע טײלעכלעך: דהײַנו ים־זאַמד, באָדן, אינערלעכע שמאָלע חללים פֿון װירטן. עטלעכע נעמאַטאָדן קאָנען שװימען נוצנדיק באַזונדערע ריפּן, װאָס גײן לענג־אױס דעם קערפּער.

ליטעראַטור

  • Малахов В.В. (1986) Нематоды: строение, развитие, система. Москва, Наука, 215 с (מאַלאַכאָװ װ.װ. נעמאַטאָדן: געבױ, אַנטװיקלונג, סיסטעם)
  • Ruppert E.E., Fox R.S., Barnes R.D. (2004) Invertebrate Zoology: A Functional Evolutionary Approach. Thomson-Brooks/Cole, 989 pp
  • Чесунов А.В. (2006) Биология морских нематод. Москва, Товарищество науч. изд. КМК, 367 с (טשעסונאָװ אַ.װ. ביאָלאָגיע פֿון ים־נעמאַטאָדן)