אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סיני מלחמה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט: לייגט צו el:Κρίση του Σουέζ
מ r2.6.5) (באט: לייגט צו si:සූවස් අර්බුදය
שורה 65: שורה 65:
[[ru:Суэцкий кризис]]
[[ru:Суэцкий кризис]]
[[sh:Suecka kriza]]
[[sh:Suecka kriza]]
[[si:සූවස් අර්බුදය]]
[[sk:Suezská kríza]]
[[sk:Suezská kríza]]
[[sl:Sueška vojna]]
[[sl:Sueška vojna]]

רעוויזיע ביי 19:52, 10 פֿעברואַר 2013

די סיני מלחמה האט אויסגעבראכן אקטאבער 1956, מיט פראנקרייך, בריטאניע, און ישראל, אלס אליאירטע

אורזאכן צום קריג

די מלחמה האט אויסגעבראכן, צוליב דער סועץ קאנאל, וואס ביזן קריג האט עס געהערט צו א קאמפאני וואס האט געהערט צו פראנקרייך און בריטאניע, ווען גאמאל אבדעל נאצער פרעזידענט פון עגיפטן, האט באשלאסן צו נאציאנאליזירן דעם קאנאל, זענען די צוויי לענדער געווארן זייער אויפגעברויזט, און זיי האבן געסטראשעט נאצער.

ישראל איידער דער מלחמה

ישראל האט געהאט צו ליידן פון פאלעסטינער טעראריסטן, וואס פלעגן זיך אריבער שווערצן די גרעניץ פון עגיפטן, אדער דעם עזה שטרייף, און זיי האבן א דורכגעפירט בלוטיקע אטאקעס אויף ישראל בירגער, עגיפטן האט געגעבן די טעראריסטן, א ברייטע האנט צו קענען דורכפירן זייער ארבעט, ווי אויך האט עגיפטן פארשלאסן די אריבערגאנג פאר ישראלדיקע שיפן אינעם טיראן דורכגאס, וואס פירט קיין אילת, דערפאר ווען שארל דע גאל האט געפרעגט שמעון פערעס, אויב ישראל איז גרייט ארויס צו העלפן, האט דוד בן גוריון גלייך איינגעשטימט.

דער צוגרייטונג צו דער מלחמה

נאכן קומען צו אן אויסגלייך ווי אזוי די מלחמה וועט געפירט ווערן, איז פראנקרייך געשטעלט געווארן, צו באשיצן ישראל אין פאל פון אן אטאקע אדער אנגריף, ענגלאנד וועט אטאקירן דעם קאנאל ווען ישראל הייבט אן דער אטאקע, קאמאנדאס פון דער פאל-שירעם בריגאדע, וועלן איינעמען דעם מיטלע פאס, איינע פון די הויפט וועגן אריינצופארן אינעם סיני האלב אינדזל, און דאס וועט דינען אלס א ווארענונג, אויב עגיפטן ציט נישט צוריק, וועט עס אריין אין א פולע פאזע פון מלחמה.

די אטאקע

אויפן 29טן אקטאבער האבן ישראל קרעפטן אינוואדירט סיני, און האבן אנגעפאנגען די קריג, פראנקרייך און בריטאניע האבן געגעבן אן אלטימאטום צו עגיפטן, אז אויב ציט זי זיך נישט צוריק, צו א שטח פון 10 מייל, פון ביידע זייטן פונעם סועץ, מישן זיי זיך אריין אינעם קריג, נאצער האט זיך נישט איינגעגעבן, און די צוויי לענדער האבן זיך אריינגעמישט. אין זיבן טעג האט ישראל איינגענומען די סיני און די עזה פאס.

די וועלט

די פאראייניגטע שטאטן האט פארלאנגט א באלדיגע ריקצוג, פון די דריי אליאירטע, די סאוועטן פארבאנד האט געסטראשעט אז זי גייט זיך אננעמען פאר עגיפטן, ישראל האט זיך צוריקגעצויגן, מיטן באדינג אז די וואסערן דרום פון אילת, בלייבן אפן פאר ישראל שיפן, און אז שלום טרופן פון די פאראייניגטע פעלקער, קומען היטן אין עזה, און אינעם סיני.

ישראל האט פארלוירן 175 סאלדאטן אינעם קאמף, עגיפטן געשאצט אויף ביז דריי טויזנט.

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סיני מלחמה