אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "איזאפאד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (באט: לייגט צו sv:Gråsuggor och tånglöss
מ r2.7.2+) (באט: לייגט צו ceb:Isopoda
שורה 47: שורה 47:
[[bg:Равноноги]]
[[bg:Равноноги]]
[[ca:Isòpode]]
[[ca:Isòpode]]
[[ceb:Isopoda]]
[[es:Isopoda]]
[[es:Isopoda]]
[[et:Kakandilised]]
[[et:Kakandilised]]

רעוויזיע ביי 22:09, 7 פֿעברואַר 2013

איזאָפּאָדן
Ligia oceanica, אַן איזאָפּאָד
Ligia oceanica, אַן איזאָפּאָד
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
(unranked): Ecdysozoa
שטאַם: Arthropoda
קלאַס: Malacostraca
סדר: Isopoda Latreille, 1817
אונטערסדרים

די איזאָפּאָדן זענען אַ סדר פֿון קרעבסן. די גרופּע איז מאָרפֿאָלאָגיש זײער אַ כּלערלײע, ס׳איז דאָ בערך 10.5 טױזנט זגאַלן, װאָס װױנען אין ימים ,זיסװאַסערן און יבשה. עטלעכע איזאָפּאָדן זענען פּאַראַזיטן.

אױסער געבױ

די איזאָפּאָדן האָבן בכּלל אַ פֿלאַכן פֿון אױבן קערפּער, 0.6 מ״מ ביז 46 ס״מ אין דער לענג. די קערפּער סעגמענטאַציע איז ענלעך צום גענעראַלן פּלאַן פֿון אַנדערע Peracarida. ס׳איז דאָ דרײַ טאַגמעס (קערפּער־טײלן): קאָפּ, פּערעיאָן ("ברוסט") און פּלעאָן ("בױך"). דער קאָפּ איז אַ קאָמפּליצירטער, דאָס הײסט אַז ער שליסט אײַן די סעגמענטן פֿון קדמון־קאָפּ און ערשטן ברוסט־סעגמענט (צו מאָל אױך צװײטן סעגמענט). פּערעיאָן שליסט אײַן די איבעריקע 7 ברוסט־סעגמענטן, װאָס זענען בדרך־כּלל נישט געאײניקט, האָטש עטלעכע איזאָפּאָדן װײַזן באַשטימטע צונױפֿגאָסן אינעם פּערעיאָן. די 6 הינטערסטע סעגמענטן און די טערמינאַלע פּלאַט (טעלסאָן) מאַכן אױס דעם פּלעאָן. אַ סך גרופּעס האָבן פֿרײַע פּלעאָנישע סעגמענטן, אָבער זײער אָפֿט זענען זײ געאײניקט ביז די סיבות, װען פּלעאָן זעט אױס װי אײן גרױסער סעגמענט. דער טעלסאָן (װען נישט כּולו רעדוצירט) איז אײַנגעשלאָסן אינעם 6טן סעגמענט.

ס׳איז בײַ איזאָפּאָדן נישט קײן קאַראַפּאַקס , װי אױך בײַ אַמפֿיפּאָדן צװישן Malacostraca.

קאָפּ־גלידער

דער קאָפּ טראָגט צװײ גרופּעס פֿון גלידער, דהײַנו: סענסאָרישע (אױגן און צװײ פּאָר אַנטענעס) און מױל־גלידער (אײבערשטע ליפּ, mandibulae, אונטערשטע ליפּן, maxillae, maxillulae און maxillipeds).

ס׳איז אײן פּאָר קאָמפּלעצירטע אױגן. זײ זענען בדרך־כּלל זיציק, אָדער זעלטן זיצן זײ אױף אַן אומבאַװעגלעכן שטענגל. אײן אױג שליסט אײַן פֿון צװײ ביז טױזנטער פּראָסטע אױגלעך. די אױגן זענען געװאָרן אין גאַנצן רעדוצירט בײַ עטלעכע פּאַראַזיטן און אַ סך אונטערערדיקע, אינטערסטיציעלע און טיף־ימישע זגאַלן.