אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעל שם טוב"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
[[בילד:OHALBast.jpg|left|thumb|250px|אהל על קבר הבעש"ט]]
[[בילד:OHALBast.jpg|left|thumb|250px|אהל על קבר הבעש"ט]]
[[בילד:BaisMdrsBast.jpg|left|thumb|250px|אהל על קבר הבעש"ט]]
[[בילד:BaisMdrsBast.jpg|left|thumb|250px|בית מדרשו של הבעש"ט]]


רבי '''ישראל בן אליעזר''', ([[1698]] – [[May 22]], [[1760]]) דער פערפאסער און גרינדער פון [[חסידות]], ווערט גערופן ביי חסידים און נישט-חסידים צוגלייך אלס '''דער בעל שם טוב'''.
רבי '''ישראל בן אליעזר''', ([[1698]] – [[May 22]], [[1760]]) דער פערפאסער און גרינדער פון [[חסידות]], ווערט גערופן ביי חסידים און נישט-חסידים צוגלייך אלס '''דער בעל שם טוב'''.

רעוויזיע ביי 15:19, 28 סעפּטעמבער 2006

אהל על קבר הבעש"ט
בית מדרשו של הבעש"ט

רבי ישראל בן אליעזר, (1698May 22, 1760) דער פערפאסער און גרינדער פון חסידות, ווערט גערופן ביי חסידים און נישט-חסידים צוגלייך אלס דער בעל שם טוב.

ביאגראפיע

געבוירן איז ער אומגעפער אין יאר ה'תס"ח אין דער שטעטל אוקופ אין די קארפאטען בערג. ער איז פאר'יתום'ט געווארן אלץ יונג קינד פון ביידע עלטערן, און איז געווארן א באהעלפער פאר א מלמד פאר קליינע קינדער, און שפעטער איז ער געווארן אליין א מלמד.

ווען ער איז אביסל עלטער געווארן האט ער אנגעהויבן לערנען אין ספרי קבלה, בפרט אין ספר הזוהר. שפעטער איז אים אונטערגעקומען כתבים פון א פריערדיגן מקובל, ר' אדם בעל שם, אין וועלכע ער האט זיך באגעגנט מיט טיפע פערבארגענישן אין תורת הקבלה. מיט דער צייט איז ער באקאנט געווארן אלץ א "בעל שם", א טיטל וואס מען פלעגט געבן פאר די וואס האבן זיך באנוצט מיט קמיעות און סגולות אויף צו פועל'ן ישועות. ער איז ספעציעל באקאנט געווארן אלץ זיין קענטניס אין היילן קראנקע, און עס פלעגן קומען צו אים אידן און גוים צוגלייך פאר היל.

דער בעל שם טוב'ס התנהגות איז געווען גאר בפשטות. ער האט זיך געדרייט צווישן מענטשן און געשמועסט מיט זיי, און האט אזוי פארהוילן זיין גרויסקייט אין עבדות השם. פון גאר יונג האט ער זיך געדרייט און מתבודד געווען אין די וועלדער. אין ספר תולדות יעקב יוסף שטייט אז עס האט זיך אנטפלעקט צו אים דער נביא אחיה השילוני, וועלכער האט אים געלערענט א נייעם דרך אין עבודת השם, און דורכדעם האט ער דערגרייכט צו הימלישע השגות און מדרגות.

דער בעל שם טוב איז נפטר געווארן שבועות ה'תק"כ, ווען ביי זיין בעט זענען געשטאנען ארום די גאנצע חבריא, זיינע גרויסע תלמידים.

אין ספר שבחי בעש"ט ווערט דערציילט אז ווען ער איז אוועק פון דער וועלט, האט דער גרויסער זייגער אינעם צימער אויפגעהערט צו פונקציאנירן, און האט זיך אפגעשטעלט.

דאס געבורט פון חסידות

ער האט געהאט א גרויסן שוואגער, מיט'ן נאמען רבי גרשון קיטעווער, וועלכער איז געווען געווען דער רב אין קיטעוו. פאר זיין שוואגער איז געווען גאר מאדענע די פירעכצער פון זיין שוואגער ישראל, און ער האט געזען אין אים אז ער נויגט אפ פון די מסורה, און האט דעריבער אים גאר שטארק געטאדעלט, וואס האט געפירט צו זייער עווענטועלע צעשיידונג. שפעטער האט ר' גרשון זיך מכניע געווען און געווארען א תלמיד פון זיין שוואגער דער בעש"ט (אזוי ווערט דערמאנט אין ספר עבודת ישראל - קאזניץ)

די גרויסקייט פון בעל שם טוב און חסידות

עס שטייט אין ספר הבעש"ט, אז דער בעש"ט האט געזאגט, ער איז נישט אראפ געקומען מחדש זיין עפעס, נאר להכניס חיות בעצמות היבשות

אין פשוט'ן אפטייטש מיינט דאס, מ'זאל נישט טון מצות און לערנען תורה, כמצות אנשים מלומדה, נאר מיט א חסידישן חיות, וואס דאס מיינט מ'זאל משיג זיין וואס עס מיינט לערנען תורה לשמה, וואס אויף דעם זענען די חסידישע ספרים מסביר באריכות.

יעדער מענטש פארשטייט דאס אנדערש, וועגען דעם האבען צדיקים געזאגט תורה, שטענדיג לויט די תכונת הנפש פון די צוהערער, עס האט זיך געווענדט ווער איז דארט געשטאנען און צו'ג'הערט, לויט זיי האבען די צדיקים געזאגט תורה, אזוי שטייט בהקדמת ספר התניא.

ביזן בעש"ט האבען נאר יחודי סגולה, גאונים וקדושים וואס האבען געלערנט און משיג געווען ספרי קבלה, זיי האבען געוואוסט וואזוי א איד קען זיין נאנט צום השי"ת.

דער הייליגער בעש"ט האט געעפענט א טיר, אז אפילו א פשוטער איד, אפילו א איד וואס איז פארזינקען מיט טירדות, דאך מיט די הילף פון צדיקים, קען ער זיין נאנט צו השי"ת, ממש אין מדרגות, וואס פארן בעש"ט האבען צו דעם נישט געקענט צוקומען נאר יחודי סגולה אין דור.

עס שטייט אין הקדמת ספר הבעש"ט, בשם צדיקים, אז ביז משיח וועט קומען, אז א איד גיבט א קרעכץ, אז ער איז צו ווייט פון השי"ת, ער דערמאנט זיך אז ער דארף זיך פארבעסערן, דאס קומט פון כח השפעה פון בעש"ט וואס ער האט אראפ געברענגט א התעוררת צו דערוועקן אידן צו אידישקייט.

אויך שטייט אין הקדמת ספר הבעש"ט, בשם הה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע, אז .. האט געזען א חלום ווי דער בעש"ט גייט אויף א חומה, ארום די שטאט, האט ער אים געפרעגט, וואס איז די פשט, האט דער בעש"ט געענטפערט, אז דאס טוט ער, ער גיט אכטונג אויף אידן, און ער איז אויף זיי מתפלל.

אזוי שטייט אין זוה"ק אז צדיקים מתים, יודעים בצער החיים, וועגן דעם זאל מען גיין אויף זייער קבר, זיי צו דערמאנען זיי זאלן מתפלל זיין אויבן.

(עס שטייט בספה"ק היכל הברכה-קאמארנא) הר"ב ישרא"ל ב"ן אליעז"ר בגי' שמע ישראל י' אלקינו ה' אחד = 1018

בבחינת ויאמינו בה' ובמשה עבדו,

הה"ק ר' נתן מברעסלאוו שרייבט אין חיי מוהרנ"ת, אז ווען ער איז געפארען אויף ארץ ישראל, האט ער זיך געטראפן אוין וועג מיט תלמידי הגר"א, וואס האבען זייער געהאקט אויף די פארגלייבקייט אין צדיקים, אז דאס איז א צוגעלייגטע אמונה א פגם באמונת ה', האט ר' נתן זיי געפרעגט, איר גלייבט דאך עכ"פ אין גר"א, און דאס איז דאך א פגם אין אמונה, האבען זיי געענפערט, אז זיי גלייבן טאקע נישט אין גר"א, נאר וואס ער איז גערעכט איז ער גערעכט און נישט מער, - האט ר' נתן זיי געפרעגט וויאזוי זיי טייטשן די פסוק ויאמינו בה' ובמשה עבדו, זעען מיר דאך בפירוש, אז גלייבן אין א צדיק איז נישט קיין פגם און אמונת השי"ת, זיי האבן נישט געהאט וואס צו ענטפערן, און מיט דעם האבען זיי אים אפגעלאזט און מער נישט גע'טענה'ט!!!!!

דרך הבעל שם טוב

אויף צו פארשטיין טיף דעם דרך הבעש"ט פארלאנגט זיך א גרינטליכער פארשטאנד אין תורת הקבלה, ספעציעל זוהר און כתבי אר"י. במשך פון די יארן זענען געבליבן ווייניג וואס זענען אין דעם שטארק באקאנט. אויך די הויכע אנווייזונגען פון חסידות--דביקות, פרישות פון ענינים גשמיים, יחודים און כוונות--זענען פון אלע יארן געווען פאסיג נאר פאר יחידי סגולה, און האבן פארלאנגט ספעציעלע פיזישע, מענטאלישע, און גייסטישע קראפטן. נאך דער תקופה פון די חוזה פון לובלין און זיינע תלמידים האבן ווארשיינליך נישט עקזיסטירט מער קיין ערנסטע נאכפאלגער און פראקטיצירער פון די הויכע תורת החסידות, עכ"פ אויף א מאסן פארנעם.

די מנהגים און אנווייזונגען פון חסידות, ספעציעל די גייסטישע עלעמענטן וואס האבן געלערנט פון שמחה, אהבת ישראל, תורה לשמה, א.א.וו. זענען יא געווארן שטארק אנגענומען ביים המון עם, און דער גייסט פן חסידות איז דאס וואס עס איז צום מערסטנס געבליבן אויף היינט.

פארשידענע חסיד'ישע הויפן האבן אנגענומען צו לייגן א דגוש אויף אנדערע עלעמענטן פון דרך החסידות. אין די חסידשע הויפן פון וויזניץ איז עס דאס פראווען די הייליגקייט פון שבת. אין סקווירא (טשערנאבעל) איז עס זיך באהעפטן צו דעם צדיק. אין ליובאוויטש איז עס דעם לערנען פון תורת החסידות, ספעציעל דעם ספר התניא. אין טאהש איז עס די דאווענען. אין אונגערישע קהלות ווי סאטמאר און פאפא איז עס מערסטנס די ענינים פון אידישן לבוש און שפראך און זיך דערווייטערן פון מאדערנקייט, וואס האט אויך א שטארקן באזיס אין די דרך פון חתם סופר.

דער גרויסער רבי פון צאנז, ר' חיים האלבערשטאם האט אין זיינערצייט, מיט 130 יאר צוריק זיך אויסגעדרוקט אז דער דרך הבעל שם איז מער נישטא. סאטמאר רב, רבי יואל טייטלבוים האט מיט 80 יאר שפעטער אויך געזאגט ענליכע ווערטער, אז דער דרך הבעש"ט איז פארגעסן געווארן.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן

דערויסענדיגע לינק

בילדער פארשטעלונג פון דאס געבורטארט פון חסידות