אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דזשארזש ה. וו. בוש"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (ראָבאָט: ענדערן cy:George H.W. Bush צו cy:George H. W. Bush
מ r2.7.3) (באט: לייגט צו fo:George H. W. Bush
שורה 102: שורה 102:
[[fa:جورج هربرت واکر بوش]]
[[fa:جورج هربرت واکر بوش]]
[[fi:George H. W. Bush]]
[[fi:George H. W. Bush]]
[[fo:George H. W. Bush]]
[[fr:George H. W. Bush]]
[[fr:George H. W. Bush]]
[[frp:George Herbert Walker Bush]]
[[frp:George Herbert Walker Bush]]

רעוויזיע ביי 14:27, 30 נאָוועמבער 2012

דזשארזש וואלקער בוש
דער 41סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
איינגעשוואוירן: 20טן יאנואר 1989
ביז: 20טן יאנואר 1993
פארגייער: ראנאלד רעיגען
נאכפאלגער: ביל קלינטאן
געבוירן: 12טן יוני 1924
געבורט ארט: מילטאן, מאסאטשוסעטס
ערשטע פרוי: בארבארע בוש
פארטיי: רעפובליקאנער
וויצע פרעזידענט: דען קוועיל
אונטערשריפט:

דזשארזש הערבערט וואלקער בוש (געבוירען דעם 12טן יוני, 1924), דער 41טער אמעריקאנער פרעזידענט, פארדעם איז ער געווען דער 43סטער וויצע פרעזידענט אונטער ראנאלד רעיגען. ער איז א רעפובליקאנער, און ווערט באטראכט נישט אלס צו עקסטרעם, פון די קאנסערוואטיווע, נאר אלס א מיטל מעסיגער, נישט רעכענטס און נישט לינקס.

זיין געבורט און זיינע עקספערטיז ביז ווערן פרעזידענט

דזשארזש הערבערט בוש האט אונטער זיך א לאנגער קאריערע פון דינען דעם אמעריקאנער פובליק. זיין פאטער איז געווען א סענאטאר פון קאנטיקעט, ער האט אנגעהויבן אלס זיבעצען יעריגער פילאט ביי דער צווייטער וועלט קריג, זיין קריגס ערפאלאן איז אראפגעשאסן געווארן אינמיטן די קריג מיט די יאפאנעזער ער האט העלדיש פארטיידיגט זיך און זיינע חברים, דערנאך איז ער געווען א קאנגרעס מאן, אין די צייטן פון פרעזידענט ניקסאן איז ער געווען דער אמבעסאדאר פון כינע וואס איז אין יענע צייט באטראכט געווען פאר זייער א האקעלע שטעלע, צוליב דעם וואס אמעריקא האט דאן איינגעשטעלט געהעריגע קאמוניקאציע מיט די קאמוניסטישע כינע און דערמיט געשלאגן פאלטישין קאפיטאל קעגן רוסלאנד. דערנאך איז ער געווען דער הויפט פון די רעפובליקאנער פארטיי אין די צייטן פון וואטערגעיט, וואס איז אויך דאן געווען זייער א האקעלע צייט, צוליב דעם וואס די ראפובליקאנער האבן דאן געליטן אסאך פון די נישט לעגאלע שטיק פון ניקסאן און זיין שטאב, ער איז אויך געווען א שטיק צייט די שטאב הויפט פון פרעזידענט פארד, און דערנאך געווען א שטיק צייט די הויפט פון די סי. איי. עי.

מיט די אלע עקספערטיז האט ער זיך געשפירט גענוג שטארק, און ווען פרעזידנעט רעיגען איז געלאפן אין 1980 פאר פרעזידענט איז ער געלאפן קעגן איהם, ער האט נישט אזוי מצליח געווען קעגן רעגען, אבער אזויפיל האט ער אויפגעטוהן אז רעגעם האט איהם גענומען דערנאך פאר זיין מיטלויפער אלס וויצע פרעזידענט, ער איז געווען אכט יאהר ווייס פרעזידענט אין ווייסן הויז אונטער רעגען.

מיט נאך אכט יאהר עקספערטיז אין ווייסן הויז האט ער זיך געשפירט נאך שטארקער, און ווען רעגען איז געווארן אויס פרעזידענט אין 1988 האט ער מחליט געווען אז עס איז זיין צייט צו זיין פרעזידענט, ער איז געלאפן אין די רעפובליקאנער פארטיי קעגן באב דאול, און האט געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע.

זיין קאמפיין

ער איז געלאפן אין די נאצינאלע וואהלן קעגן די דעמקראטישע פארטיי אין שפיץ פון מייקל דוקאקיס דער גאווערנאר פון מאסאטשוסעטס, עס איז איהם געלוגנען אראפצומאהלן דוקאקעס אלס א ליבאראלער דעמאקראט, געווען איז דאס ווען מען האט אויסגעפינען דעם קעיס פון ווילי הארטאן, א מערדער וואס האט געהרגעט זיינע נאנטע מענטשן, נאכדעם וואס מען האט איהם איינגעשפארט האט איהם דער גאווערנער דוקאקעס באפרייט און דער מערדער האט גראד דערנאך נאך איינעם גע'הרג'ט. דאס האט די בוש קאמפיין גוט צושמירט אויף די מידיא און דוקאקס האט אנהגעהויבן אויס צו זעהן ווי איינער וואס איז נישט שטארק קעגן מערדער.

אין יענע צייט האט א רעפארטער געפרעגט דוקאקעס אויב איינער הרג'ט זיין אייגענער ווייב וואס וואלט ער געטוהן פאר יענעם, דוקאקס האט גענטפערט ער וואלט זיך געפירט אזוי ווי די געזעץ און וואלט נישט באשטראפט דעם מערדער מער ווי דער אמעריקאנער געזעץ זאגט פאר, אבער דער גאווערנער האט עס ארויסגעברענגט זייער קאלט, עס האט אויסגעזעהן פון זיינע ווערטער ווי ער האט נישט מיטלייד מיט זיין ווייב וואס איז געווארן געמארדערט, דאס האט אויך צו געשפילט אז די אמעריקאנער גאס האט דערפון געזעהן אז דוקאקס האט נישט קיין מיטלייד מיט די געליטענע.

די בוש לאגער האט דאס גוט אויסגענוצנט, אויך מיטן פאקט אז אין יענע צייט אין די רעגען עפאכע, איז די אמעריקאנער גאס געווען באגייסטערט פון פרעזידענט רעגין מיט זיינע טאלאנטען, עס האט געבלאזען א גייסט פון "רעגעניזעם", די אלע זאכן האט געהאלפען און דזשארזש הערבערט וואלקער בוש איז געווארן פרעזידענט.

אלס פרעזידענט

דזשארזש הערבערט וואלקער בוש האט געדינט פון * 20טן יאנואר 1989 ביז * 20טן יאנואר 1993

אלס פרעזידענט איז ער אויך נישט געווען אזוי קאנסערוואטיוו ווי רעגען.

אין יאהר 1990 האט ער געפירט אמעריקא אין א מלחמה קעגן איראק, דאס ווערט גערופען די ערשטע מלחמה מיט איראק, ער האט דאן באוויזן מיט זיינע אינטערנאציאנאלע פארבונדוגנען אז זייער אסאך רעגירונגען זענען מיטגעשטטאנען מיט אמעריקא קעגן די איראקער רעגירונג. און אמעריקע האט פארטריבן די איראקער סאלדאעטן פון קוועיט.

ער האט נאמינירט צוויי הויפט ריכטער צום העכסטען געריכט סופרים קאורט, איינער איז דער ערשטער שווארצער אויף דעם שטעלע.

פון זיינע אויפטואונגען וועט געדענקט ווערן

פארלוירן די צווייטע וואהלן

די עקאנאמיע איז דאן נישט געווען צו גוט אין אמעריקא, און פיהר יאהר שפעטער האט זשארזש הערבערט וואלקער בוש פארלוירן די וואהלן קעגן דעם יונגערן און בעסערן קאמפיינער ביל קלינטאן.

דער קאנגרעס און דער סענאט זענען געווען אין די הענט פון די דעמאקראטען, זיי האבן איהם געטיילט צרות אויף טריט און שריט. איינע פון זיינע צוזאגן ווען ער איז געלאפען פאר פרעזידענט איז געווען ער וועט קיינמאהל נישט הייבן קיין שטייער, ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין פרעיז "די קאנגרעס וועט מיך דרוקן איזך זאל הייבן שטייערן אבער איך וועל קיינמאל נישט הייבן שטייערן" צום סוף ווען די עקאנאמיע איז געווארן שוואך, האט ער יא געהויבן שטייערן, דאס האט אויפגערעגט אסאך קאנסערוואטיווע.

די משפחה

זיין ווייב איז בארבארע בוש, זי איז זייער רעספעקטפול ביי די אמעריקאנער גאס, אפילו אין די צייטן וואס איהר מאן בוש איז נישט געווען פאפולער איז זי געהאלטן געווארן חשוב, זי ווערט באטראכט ווי איינע וואס איז אלט מאדיש, און צוהט צוריק צו די אמליגע וועלט און די אמליגע מעטאדן פון עדיוקעשין.

זיי האבן א טאכטער און צוויי זוהן.

די טאכטער איז ?

דער ערשטער זוהן איז די 43'טע פרעזידענט דזשארדזש וואקער בוש. ער האט אמאל געזאגט אז ער איז געלאפען און געווואנען די גאווערנאר פון טעקסעס כדי זיך אפרעכענען מיט די דעמאלטסדיגע גאווערנאערקע ען ריטשארדס וואס האט געהאלטן א פייערעדיגער דרשה קעגן זיין טאטע. און איז געלאפען פאר פרעזידענעט און געוואונען כדי צוריק צו ברעגנען כבוד פאר די זייער משפחה וואס האט פארלוירן די פרעזדיענעטשאפט.

דער צווייטער זוהן איז בוש דער געוועזענער גאווערנער פון דעם סטעיט פלארידא, ער איז זייער פאפולער אין פלארידא און ביי די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי, ער האט געוואנען צוויי מאל דער גאווערנער שטוהל.


זיין לעבן נאכען זיין פרעזידענט