אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שניאור קאטלער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'הרב '''יוסף חיים שניאור קאטלער''' (ה'תרע"ח, 1918 - ג' תמוז ה'תשמ"ב, 1982) איז געווען ראש...'
 
מ באט: לייגט צו en:Shneur Kotler
שורה 13: שורה 13:
{{רב-שטומף}}
{{רב-שטומף}}


[[en:Shneur Kotler]]
[[he:שניאור קוטלר]]
[[he:שניאור קוטלר]]

רעוויזיע ביי 09:21, 21 נאָוועמבער 2012

הרב יוסף חיים שניאור קאטלער (ה'תרע"ח, 1918 - ג' תמוז ה'תשמ"ב, 1982) איז געווען ראש ישיבה אין לייקוואוד, ניו זשערסי פון תשכ"ב ביז תשמ"ב.

לעבנסגעשיכטע

שניאור קאטלער איז געבוירן געווארן אין סלוצק, ליטע, אין תרע"ח, צו זיין פאטער הרב אהרן קאטלער און זיין מוטער, א טאכטער פון הרב איסר זלמן מעלצער, שטאטס רב און ראש ישיבה. זיין פאטער איז געווען א מגיד שיעור אין דער בישיבה.

ווען ער איז געווען אלט 23 איז ער געווארן א חתן אין קאוונע צו רישל, טאכטער פון הרב אריה מלכיאל פרידמאן. צוליב דער מלחמה וואס איז דעמאלסט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן פון ליטע קיין ארץ ישראל, צו לערנען אין דער חברונער ישיבה. ער איז געבליבן זיבן יאר אין ארץ ישראל. אין יענע יארן האט ער געלערנט מיט זיין זיידן, הרב איסר זלמן מעלצער, וואס איז געווען ראש ישיבה פון דער עץ חיים ישיבה אין ירושלים, און מיטן בריסקער רב. זיין כלה רישל איז אנגעקומען אין שאנכיי. ווען די פליטים אין שאנכיי האבן באקומען וויזעס פאר די פאראייניגטע שטאטן, איז אויך רישל אנגעקומען דארט, וואו זיי האבן חתונה געהאט.