אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד לעלאווער"

פֿון װיקיפּעדיע
אין תקציר עריכה
מ Redaktor האט באוועגט בלאט דוד בידערמאן צו דוד לעלאווער
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 08:51, 8 נאָוועמבער 2012

רבי דוד (בהרה"ח ר' שלמה) לעלאווער (ה'תק"ו - ז' שבט ה'תקע"ד) איז געוועהן א תלמיד מובהק פונעם רבי ר' אלימלך מליזענסק, און נאכדעם פון דעם חוזה פון לובלין. אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך נוהג געוועהן מיט שווערע תעניתים וסיגופים. ער האט מקרב געוועהן א סך מענטשן צו תורה וחסידות, און ער איז געוועהן באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל, אלעמאהל מלמד זכות געוועהן אויף אידן. אלע צדיקי הדור האבן אים שטארק מחשיב געוועהן. דער הייליגע צאנזער רב זצוק"ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי דוד'ל מיט גרויס הערצה און חשיבות, און ער האט געזאגט אז "ללוב" – מיינט ל"ו ל"ב, מיינענדיג אז ער האט א ריכטיגע הארץ פאר דעם אויבערשטן, און פאר יודענ'ס וועגן. דער תפארת שלמה (רמזי פורים) ברענגט אז רבי דוד'ל לעלובער ז"ל האט זיך אויסגעדריקט מיט ווייטאג, "ווי קענט איר זאגן אז איך בין א צדיק הדור, אויב איך פיהל נאך א גרעסערע ליבשאפט צו מיינע קינדער ווי צו אנדערע אידן...".

ווען די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' זושא און דער רבי ר' אלימלך זכותם יגן עלינו זענען ארומגעגאנגען גלות ליידן, זענען זיי געוואויר געווארן פון דעם יונגל דוד'ל. זענען זיי געגאנגען אין דעם דארף ביאלא נעבען לעלוב, וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט. אנקומענדיג אין הויז האבן זיי נישט געטראפן דארט קיינעם אויסער דאס קינד דוד'ל און האבן אים געפרעגט וואו איז דיין פאטער? האט ער געענפערט ער איז געגאנגען אין שטאט אריין. און וואו איז דיין מוטער? האט ער געענפערט זי דארף שוין אנקומען. ווען די מוטער איז אנגעקומען אהיים, האבן זיי איר געפרעגט, זאגט אונז די התנהגות פון אייער מאן ווי אזוי ער פירט זיך אויף אין אלגעמיין וואס צוליב דעם האט איר זוכה געוועהן צו אזא הייליג קינד?

האט זי געענפערט, איך זעה נישט ביי אים עפעס ספעציעלס, נאר איין זאך וואס איך טוה בייוואוינען, יעדן שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודות ווען ער זינגט דעם זמר "בבואו מאדום" און ווען ער קומט אהן צו דעם חרוז "ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות" וויינט ער בדמעות שליש און קלאפּט זיך דעם קאפּ אין דער וואנט, און בעהט השי"ת אז ער זאל זוכה זיין צו א לייטיש קינד, אן ערליכער איד, ער וויינט אזוי שטארק ביז ער פאלט אינגאנצען חלשות אז מען מוז אים דערמונטערן...

ווען זיי האבן דאס געהערט האבן זיי זיך אנגערופן, יעצט פארשטייען מיר שוין טאקע פארוואס זיי האבן זוכה געוועהן צו אזא קינד...


דער הייליגער לעלובער פלעגט אפּרעכטן אסאך התבודדות אין פעלדער און וועלדער, און האט זיך געדרייט צווישן דעם המון עם אריינלייכטענדיג א קדושה און דערהויבנקייט אין פּשוט'ע אידן. ער האט שטענדיג מקרב געווען אויך די נידריגסטע אידן, און איז טאקע וואויל באקאנט אלס א געוואלדיגער אוהב ישראל. מען דערציילט אז ער האט געהאט א קלייט אין די יונגע יארן, אבער עס איז קוים געווען אפן עטליכע שעה אין טאג, אויס זארג אז דער עולם וועט קויפן דוקא ביים אים, און אנדערע וועלן אזוי ארום דערלייגן פרנסה.

ער האט רחמנות געהאט אויך אויף גא-ט'ס באשעפענישן, און ביים יריד האט מען אים נישט איינמאהל געטראפן ווי ער טרונקט אן די פערד וועמענס אייגענטימער האבן זיי פארנאכלעסיגט זייענדיג פארנומען מיט די געשעפטן.

טראץ דעם וואס ער איז געווען א מבהיל'דיגער גאון, האט ער זיך פון גרויס עניוות אויס גאר שטארק באהאלטן, אז אפילו זיינע נאענטע האבן נישט געוואוסט דערפון. ער האט מקרב געווען צו אידישקייט גאר אסאך אידן. פון זיינע באקאנסטע תלמידים איז דער רבי דער גרויסער דאקטער, רבי חיים דוד בראנד, שפּעטער באקאנט אלס רבי חיים דוד פון פיעטרקאוו, וועמען ר' דוד'ל האט מחזיר בתשובה געווען.

ער איז נפטר געווארן ז' שבט תקע"ד לפ"ק, זי"ע ועכ"י.

ער האט איבערגעלאזט דריי זין: רבי משה זיין ממלא מקום, רבי נחמי' און רבי אביגדור. דורשי רשומות האבן געזאגט אז זיינע קינדער זענען נוטריקן "אמן".

מרגלא בפי הרה"ק רבי יחיא' פון ביאלא זי"ע: עס איז ביי אונז מקובל פון אונזערע עלטערן, אז ווען רבי דוד'ל איז ארויף אין הימל, האט מען אים צוגעשטעלט אלס אוהב ישראל צום בית דין של מעלה, כדי ער זאל ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער, ולסתום פיות מסטינים ומקטריגים.