אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רעפארם יידנטום"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: zh:猶太教改革派, lad:Djudaismo reformista אראפגענומען: ru:Иудаизм реформистский (deleted) געענדערט: fr:Judaïsme réformé
שורה 33: שורה 33:
[[pl:Judaizm reformowany]]
[[pl:Judaizm reformowany]]
[[pt:Judaísmo reformista]]
[[pt:Judaísmo reformista]]
[[ru:Реформистский иудаизм]]
[[sv:Reformjudendom]]
[[sv:Reformjudendom]]
[[zh:猶太教改革派]]
[[zh:猶太教改革派]]

רעוויזיע ביי 07:21, 21 אָקטאָבער 2012

דער יסראַעליטישׁער טעמפל (Israelitischer Tempel) אין דער פּאָל־גאַס (Poolstraße), נייַ־שטאָט פון האַמבורג, דײַטשלאַנד, אינעם יאָר 1844 (תר״ה)

רעפֿאָרם־ײִדנטום איז א יידישער רעליגיעזער שטרעמונג וואס איז גאר מאדערן געשטימט אין פאַרגלייך צו אָרטאָדאָקס־ײִדנטום.

ביי די ארטאדאקסן ווערן נישט די רעפארמער פֿארעכנט אלס א אידישע רעליגיע. אָרטאָדאָקסישע יידן האבן געפירט קעמפן קעגן זיי אמאל ווער עס זאל פארטרעטן אלגעמיינער יידישקייט.

היסטאריע

די שטרעמונג האט זיך אנטוויקלט אין דייטשלאנד אין סוף דעם 18טע י"ה, פון דארט איז דאס אריבער צו מערב אייראפע און נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען א סך יידן האבן עמיגרירט צו די פאראייניקטע שטאטן איז דאס אויך דארט שטארק אריין. (די אסימילאציע איז זייער גרויס ביי זיי.)

אין יענע תקופה האבן די יידן באקומען אין אייראפע עמאנציפּאַציע (גלייכרעכטיקייט), וואס צוליב דעם האט זיך געעפנט פאר זיי דער אפציע פון זיך אסימילירן מיט די גויים. אזעלכע האבן אויסגעקליבן זיך אינגאנצן אריינמישן אין די גוישע וועלט, און אזעלכע האבן אויסגעקליבן צו בלייבן אין דערמיט, וואס פון זיי האט זיך אנטוויקלט דער רעפארם שטרעמונג. איר צוועק איז געווען צו איינהאלטן טאטאלע אסימילאציע. זיי האבן געטוישט מנהגים און תפילות צו אדאפטירן די מאדערענע פיראכצער.

רעפארם פרינציפטן

צווישן זייערע הויפט פרינציפטן:

  • א איד דארף זיך אויספורמען לויטן דער יידישן מסורת צוזאמען מיט די מאדערנע וועלטקוק וואס גלייבט אין גלייכרעכטיקייט און אין סאציאליסטישע רעכטונגען.
  • די פערזענלעכקייט פון א ייד איז וויכטיקער פון די יידישע מצוות און מסורת, און יעדער פערזענליך קען זיך אויסקלייבן וועלכע מצוות אפהיטן און וועלכע ניט, אויב בכלל.
  • האלטן לעגאל צו פארשן און געבן קריטיק אויף דער יידישער תורה און מסורת.