אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טשארלס דיקנס"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.5) (באט: ענדערט tt:Charlz Dikkens
מ r2.7.2) (באט: ענדערט tt:Çarlz Dikkens
שורה 114: שורה 114:
[[tl:Charles Dickens]]
[[tl:Charles Dickens]]
[[tr:Charles Dickens]]
[[tr:Charles Dickens]]
[[tt:Charlz Dikkens]]
[[tt:Çarlz Dikkens]]
[[uk:Чарлз Діккенс]]
[[uk:Чарлз Діккенс]]
[[ur:چارلس ڈکنز]]
[[ur:چارلس ڈکنز]]

רעוויזיע ביי 13:14, 7 אָקטאָבער 2012

טשארלס דיקנס

טשאַרלס דזשאן האַפֿאם דיקנס (ענגליש: Charles John Huffam Dickens [ˈtʃɑrlz ˈdɪkɪnz]; ‏7טן פעברואר 18129טן יוני 1870) איז געווען אן ענגלישער שרייבער בארעכנט דער גרעסטער ראמאניסט פונעם וויקטאריאנער פעריאד. מען ליינט נאך זיינע ראמאנען און קורצע מעשה'ס ביזן היינטיקן טאג.

יונגע יארן

דיקנס איז געבוירן געווארן אין פארטסמוטה, ענגלאנד, צו זיין פאטער דזשאן דיקנס און זיין מוטער עליזאבעט (באַרא). ווען ער איז געווען אלט פינף יאר האט זיך די משפחה געצויגן קיין טשאטאם. ביי די צען יאר האבן זיי זיך געצויגן קיין קאמדן, לאנדאן. דיקנס האט פארלאזט די שולע כדי צו ארבעטן אין א פאבריק ווען מ'האט געווארפן זיין פאטער אין טורמע ווייל ער האט נישט געקענט אפצאלן זיינע חובות.

שפעטער האט דיקנסט געארבעט אינעם ביורא פון אן אדוואקאט אבער די ארבעט האט אים נישט געפאלן. ער איז געווארן א זשורנאליסט וואס האט געשריבן וועגן דער רעגירונג.

זיינע ביכער

פון 1836 האט ער ארויסגעגעבן א ניי בוך כמעט יעדע יאר. אין 1838 האט ער פארעפנטלעכט אליווער טוויסט, אין 1841 בארנאבי ראדזש, אין 1849 דייוויד קאפערפילד, אין 1859 א מעשה פון צוויי שטעט און נאך אסאך אנדערע.