אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גרענעץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: נעמט אראפ id:Hudud (deleted)
מ r2.7.1) (באט: לייגט צו es:Hadd
שורה 23: שורה 23:
[[cs:Hranice]]
[[cs:Hranice]]
[[eo:Hudud]]
[[eo:Hudud]]
[[es:Hadd]]
[[et:Piir]]
[[et:Piir]]
[[fa:حد (کیفر)]]
[[fa:حد (کیفر)]]

רעוויזיע ביי 10:06, 28 סעפּטעמבער 2012

א גרעניץ איז אן אויסגעצייכענטער ליניע וועלכע טיילט אפ די טעריטאריע צווישן שטעט און לענדער.


גרעניץ קאנטראל

ווען א גרעניץ טיילט אפ צוויי לענדער וועט געווענליך דארט זיין אינסטאלירט א וואך סיסטעם דורך די צוויי לענדער וואס גרעניצן זיך. צו קענען דורכגיין א גרעניץ דארפן ציווילע ווייזן אידענטיטעט און פרעמדע וועלן דארפן האבן א וויזע צו קענען באזוכן יענע לאנד. גרעניץ קאנטראל איז אנדערש אין פארשידענע ערטער אין דער וועלט. אין אייראפע זענען אלע גרעניצן אין די אי־יו לענדער אפן איינע צום צווייטן אן קיין שום קאנטראל. אין די קאמוניסטישע לענדער איז פאראן א שטרענגע קאנטראל ווער עס קומט אין גייט און ביי רוב מאדערנע לענדער איז עס געוואנדן פון וואנעט מען קומט.

גרעניצן ווערן קאנטראלירט דורך א ספעציעלער אגענטור (אין אמעריקע רופט מען דאס קאסטומס). די קאסטומס אגענטור איז פאראנטווארטליכט פאר אלעס וואס גייט אריין און ארויס פון לאנד. זיי אינספעקטירן אלע פראדוקטן און סחורה וואס קומט אריין אויס מורא פאר דראגס אדער שעדליכע כעמיקאלן. אלעס וואס גייט ארויס ווערט אויך קאנטראלירט צו מאכן זיכער אז קיינער שמוגעלט נישט ארויס וואפן וואס איז פארבאטן צו פארקויפן צו אנדערע לענדער.

דאס זעלבע איז מיט מענטשן. זיי קוקן נאך יעדן מענטש וואס גייט אריין אדער ארויס. זיי פרעגן אויס יעדן עטליכע פראגעס, באטראכטן שריפטן, און צומאל עפענען זיי רענצלעך און האבן געוויסע סימנים וועמען צו לייגן אויף א גרונטליכער פארהער. זיי זענען פאראנטווארטליכט אז קיין שום פארברעכער זאל זיך נישט קענען ארויסכאפן פון לאנד און אז קיין שום קראנקע, פארברעכערישע, אדער אומלעגאלע אימיגראנט זאל זיך נישט קענען אריינבאקומען אין לאנד.

די קאסטומס אגענטור האלט אן אויג און קאנטראלירט די גרעניצן אויף דער ערד, אין די לופטן, און אויפ'ן וואסער. אויף דער ערד האבן זיי ספעציעלע ראדארן און װידעאָ־קאַמעראַס וואס האלטן א וואכזאם אויג לענגאויס אלע גרעניצן. ביי די גרעניץ פונקטן האבן זיי קליינע געביידעס וואו זיי שטודירן אלע אינפארמאציע און גיבן אלע סערוויסעס וואס אבלאנגט צו די קאסטומס. זיי נוצן אויך ריזיגע עקסרעי מאשינען אין די לופטפעלדער און אסאך הונטלעך וועלכע זענען טרענירט צו שמעקן דראגס אדער אלקהאל.

די לופטן און וואסערן ווערן קאנטראלירט דורך גאר פארגעשריטענע ראדארן וועלכע כאפן אויף יעדע קליינע פליגער אדער שיפל. א שיף אדער פליגער וואס ווערט נישט אינדענטיפיצירט ווערט באלד געצווינגען צו לאנדן אדער אפשטעלן דורך די אגענטור'ס העליקאפטערס און שיפן.

ווען מיר פארן אדורך די גרעניצן זעען מיר געווענליך איינפאכע סעקיוריטי וועכטער וועלכע פרעגן די עטליכע פראגעס. די אגענטור פארמאגט אבער פיל מער פארגעשריטענע וועכטער ווי דאס וועלכע מען נוצט ווען עס פעלט זיך וויכטיג אויס. אויסער דעם האבן זיי טויזענטער קלוגע אפיצירן וועלכע שטודירן און האלטן חשבון אויף קאמפיוטערס פון אלע אינפארמאציע.