אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דריווש דער דריטער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2+) (באט: ענדערט yo:Dáríù 3k Pẹ́rsíà
מ r2.7.3) (באט: ענדערט el:Δαρείος Γ΄ της Περσίας
שורה 22: שורה 22:
[[cs:Dareios III.]]
[[cs:Dareios III.]]
[[cy:Darius III, brenin Persia]]
[[cy:Darius III, brenin Persia]]
[[el:Δαρείος Γ' της Περσίας]]
[[el:Δαρείος Γ΄ της Περσίας]]
[[eo:Dario la 3-a]]
[[eo:Dario la 3-a]]
[[es:Darío III]]
[[es:Darío III]]

רעוויזיע ביי 23:28, 9 אויגוסט 2012

א געמאלענע אילוסטראציע פון א מלחמה וואס דריווש דער דריטער האט געפירט

דריווש דער דריטער (380 פאר די נוצרישע ציילונג - 330 פאר די נוצרישע ציילונג) איז געווען דער געוועלטיגער פון די פרסישער אימפעריע פון יאר 336 פאר די נוצרישע ציילונג ביז 330 פאר די נוצרישע ציילונג. איז געווען א אפשטאמעיגער פון די פרסישע מלוכה פאמיליע און איז געווארען געוועלטיגער נאך וואס ארטקסרכס דער דריטער איז דערמארדעט געווארען דורך איינע פון זיינע הערן.

ווען ער האט באקומען דעי מאכט האט ער אנדעקט אז פרס ליידט פון אסאך שוואכקייטען א.וו. אן אויפשטאנד און די קליין אזיאנישער געגענטער וועלעכע זענען געווען אין פלאן דורך די דארטיגע איינוואוינער וועלעכע זענען געווען אינטערטעניג צו די פרסישע מלוכה. אזוי אויך איז אים געווען א פראבלעם די פלאן פןו פיליפוס דער צווייטער דער קעניג פון מוקדן איינצונעמען פרס, און האט צו דעם צוועק געשיקט 10,000 סאלדאטען אינטער די פירערשאפט פון פרמיניון צו קליין אזיע כדאי צו פארזיכערען א דורכגאנג פאר זיינע סאלדאטען אויפן וועג צו פרס, דריווש האט פארבירט דאס אפצוענטפערן מיטן פארגרעסערן די פרסישער ארמיי מיט געדונגענע רוצחים פון יוון אינטער די פירערשאפט פון ממנון פון יוון אלס דער פרסישער מיליטערישער פירער.

אלס ערשטער שריט אפצוהאלטען די מיליטער פון מוקדן אריינצודרינגען אין קליין אזיע האט דריווש אהין געשקיט א גרויס מיליטער פון 40,000 סאלדאטען, ווען די פרסישע מיליטערישע כחות האבן זיך צוזאמען געשטויסן מיט די כחות פון אלכסנדר דער גרויסער דער זון פון פיליפוס דער צווייטער, אין יאר 334 פאר די נוצרישע ציילונג האבן די פרסישע גענעראלען געליטן א וויסטע דורך פאל, און האבן פארלוירן רוב פון זייערע פיס גייער סאלדאטען צוזאמן מיט נאך 10,00 רייטער.

די מוקדוניאים האבן באוויזן געוואלדיגע נצחונות קעגן די פרסישע און דריווש האט מחליט געווען זיך צו נעמען צו אלכסנדר פערזענליך אבער אין 333 פאר די נוצרישע ציילונג האט ער ווידער געליטען געוואלדיגע דארך פאלען אפילו ער האט געהאט סאך א גרעסער ארמיי פון אלכסנדר (בערך 1-5), נאך די געוואלדיגע נידערלאגעס האט דריווש פארגעשלאגען א שלום פלאן פאר אלכסנדר וועמען ער האט נישט געקענט באזיגען, אלס חלק פון די שלום פלאן האט אים דריווש געוואלט געבן גאנץ קליין אזיע, און חלקים אין מיטל מזרח וועלעכע זענען דאן געווען באהערשט דורך פרס, אלכסנדר האט דאס אבער צוריק געוויזן, זעהנדיג אז ער האט נישט קיין ברירה האט דריווש צוזאמען גענומען אלע חלקים פון זיין מיליטער און אפילו ער האט באוויזן צוזאמען צושלעפן א ריזן מיליטער 6-5 פרסים קעגן יעדען מוקדן, האט ער ווייטער פארלוירן אין 331 פאר די נוצרישע ציילונג און איז אנטלאפען פון שלאכט פעלד, ער איז דערמארדעט געווארען דורך איינע פון זיינע הערן מיטן נאמען בסוס, דער בסוס האט דערנאך געווארט פאר כבוד פון אלכסנדר פאר זיין ארבייט אבער דריווש האט אים געלאזט טויט'ן פארן זינד פון ווידערשפעניגען אין קעניג, (געמיינט האט ער דריווש, ווייל אלכסנדר האט אים שוין נישט געוואלט געטויען).

לויט היסטארישע מקורות וועלעכע זענען געשריבן מיט א נייגונג צו אלכסנדר האט נאך אלכסנדר גערעדט מיט דריווש אויף זיין קראנק בעט און דריווש האט זיך באדאנקט פאר די גוטע באדינונגען וועלעכע אלכסנדר האט געגעבן פאר זיין משפחה וועלעכע האבן זיך געפונען אין געפענגעניש, אין האט אים אויך גע'חנפ'עט מיט א ברכה אז דער באשעפער זאל גיבן פאר פרס אזא קעניג וואו אלכסנדר, נאכן טויט פון דריווש האט אלכסנדר חתונה געהאט מיט א טאכטער פון דריווש האפענדיג צו שטארקען זיין געוועלטיגונג אויף פרס.