אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אותו האיש"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (באט: לייגט צו gn, pam ענדערט: ilo, kk
מ r2.7.3) (באט: לייגט צו bar:Jesus vo Nazaret
שורה 57: שורה 57:
[[az:İsa]]
[[az:İsa]]
[[ba:Ғайса]]
[[ba:Ғайса]]
[[bar:Jesus vo Nazaret]]
[[bat-smg:Jiezos Krėstos]]
[[bat-smg:Jiezos Krėstos]]
[[bcl:Hesukristo]]
[[bcl:Hesukristo]]

רעוויזיע ביי 19:59, 14 יולי 2012

יעזוס אָדער ישו הנוצרי איז דער קריסטליכער גרינדער, געבוירן אין נצרת און אזעלכע זאגן אין בית לחם אין ארץ ישראל, איז דער קריסטליכער גרינדער.

זיין שטעלע

לויט די קריסטליכע טעאלאגיע איז ער געוועזן דער זון פון גאָט און אויך דער בן-אדם. אויך גלויבן זיי אז ער איז געוועזן משיח בן דוד.

לויט חז"ל איז ער א ממזר, זיי מאמע איז געווען מרים די ווייב פון פפוס בן יהודה. ביי יידן רופט מען אים יאָשקע, יויזל, יאשקע פאנדרע, אותו האיש, אדער דער תלוי.[1]

זיין גרויסקייט

די קריסטן זאגען אז ישו איז געוועזן א רודף שלום, און זיי דערציילן אז ער האָט געפּראַװעט פֿאַרשיידענע מופֿתים,װי צ.ב.ש. ער האָט מחייה מתים געװען און ער איז געגאַנגען אויף דעם וואסער ביים כנרת.

די גמרא און די ראשונים זאגן אז אלע וואונדערליכע זאכן וואס ער האט געמאכט איז געווען דורך כישוף.

ישו אין דברי חז"ל

אין גמרא (מסכת סוטה מז.) ווערט געבראכט אז ישו איז געוועזן א תלמיד ביי רבי יהושע בן פרחיה, און ער איז אפגעפארן פון יידישן וועג. די גמרא זאגט אז ער איז געווען א ממזר, זיין מאמע האט געהייסן מרים, זיין טאטע איז געווען א סאלדאט אין די רומישע ארמיי, זיין מאמע'ס יידישער מאן האט געהייסן פפוס. די גמרא זאגט אויף איהם ער איז געוען א מסית און מדיח, דאס הייסט ער האט אראפגעפירט יודען פון יודישקייט אין זיי צוגערעדט דינען די עבודה זרה. און די קריסטן טענן אז מרים האט געשוואנגערט אן א מאן.

לויט געוויסע אידישע היסטאריקער רעדט די גמרא פון אן אנדערע ישו, וויבאלד רבי יהושע בן פרחיה איז געווען ארום 100 יאר פריער פאר עכטער נוצרי, אין יענע צייטן איז געווען אסאך וואס האבן געהייסן מיט דעם נאמען.

לויט דער אידישער מסורה האט פפוס אפגעשפארט זיין פרוי מרים אין הויז, זי האט נישט געטארט רעדן צו קיינעם, נישט ארויסגיין אין ערגעץ, דאס האט געברענגט דערצו אז זי זאל זינדיגען מיט א פרעמדן גוי.

די אידן האבן ג'חזר'ט דעם פסוק אין פרשת ראה בנים אתם לה' אלהיכם, משה רבינו האט געזאגט פאר אלע אידן איהר אלע זענט קינדער פון גאט, עס איז נישט דא בלויז איין קינד פון גאט. דעריבער שרייען אידן אין די בתי מדרשים שמע ישראל ה' אחד, אידן האבן בלויז איין גאט נישט קיין צוויי.

זיין שטארבן

די יודישע חכמים האבן איהם דן געווען אז ער מאכט כישוף און איז מסית ומדיח יודן פון זייער גלויבן, מען האט געשטעלט א בית דין, געברענגט עדות, דערנאך האט מען פערציג טעג גערופן ווער עס קען אפפרעגן דעם פסק פון בית דין זאל קומען, קיינער איז נישט געקומען, האט מען איהם געכאפט און אין איבערגעגעבן אין די הענט פון רומאים, וויבאלד די אידן האבן נישט געטארט דעמאלטס הרג'ענן נאר די גוים.

די רומאים האבן אים געהארגעט און געקרייצט ווי א צלם.

זײַן שטאַרבן (נאך א װערסיע)[פֿעלט אַ מקור]

די יודישע חכמים האבן איהם דן געווען מיטן זינד אז ער מאכט כישוף און איז מסית ומדיח יודן פון זייער גלויבן, האט מען איהם געכאפט, מען האט געשטעלט א בית דין, געברענגט עדות, און דן געווען צו סקילה, דערנאך האט מען פערציג טעג גערופן ווער עס קען אפפרעגן דעם פסק פון בית דין זאל קומען, קיינער איז נישט געקומען, האט מען יענעם ערב פסח די סנהדרין פארשטיינערט דעם אותו האיש, דורך אראפווארפן א צוויי שטאקיקן הויז, דערנאך האט מען, ווי דער הלכה, זיין טויטער קערפער אויפגעהאנגען אויף א בוים, מיט ביידע הענט געבינדן אויף ארויף (נישט אויסגשפרייט ווי די קריסטן זאגן), פאר א גאר קורצע וויילע בערך א מינוט, און תיכף באגראבן און א דערנעבנדיגן פעלד. שפעטער האט דער אייגנטומער פונעם פעלד נישט וועלנדיג אז זיינע נאכפאלגער זאלן קומען אין מאכן א גאנצע איבערקערעניש אויף זיין פעלד האט ער איהם ארויסגענומען און איהם באגראבן אויף אן אנדערער אומבאקאנטער ארט.

שפעטער ווען זיינע נאכפאלגער זענען צוריקגערומען און געזען אז זיין קערפער איז פארשוואונדן האבן זיי געזאגט אז ער איז ארויפגעפלויגן אין הימל און ער גייט צוריקומען זיין דער משיח.

רעפערענצן

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא
  3. ווייטערפירן מוסטער:רא
  4. ווייטערפירן מוסטער:רא
  5. ווייטערפירן מוסטער:רא